בלאט 1 פון 1

כפרה שלאגן

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 7:52 am
דורך דולה ומשקה
לעצטע פאר יאר איז געווארן שטארק פאפולער אז משפחות נעמען אנשטאט א הינדל פאר יעדן באזונדער, נעמט מען איין זכר פאר אלע זכרים, אן איין נקבה פאר אלע נקיבות, ושלום על ישראל. מ'שפארט זיך געלט.

וואס טוען די סוחרים, זיי ווילן זיך נישט שיידן מיט זייערע רווחים, נאר אלעס למען השם, בלתי לשם לבדו, אן זייטיגע פניות, מזכה צו זיין אידן מיט מצוות, שרויפן זיי ארויף די פרייזן ווי משוגע.

דארף דען כפרה שלאגן קאסטן זעכציג דוללער פאר אזא איינעם וואס וויל יא נעמען פאר יעדן באזונדער? וואו זענען די בעלי התקנות וואס זארגן זיך אלעמאהל פאר דעם יחיד אין זיין פרנסה?

נפשי בשאלתי וואו איז דער ביליגסטער 'כפרה סענטער' אין וויליאמסבורג און בארא פארק? זייטס אמת'דיג מזכה די אידען.