ריווענדזש (נקמה)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

ריווענדזש (נקמה)

שליחה דורך פערינא »

לעצטענס האב איך איבערגעבליקט א מעשה ווי איימיצער איז צוביסן געווארן דורך א שלאנג, דער פארמער איז אזוי ברוגז געווען אויפן קאברא, איז ער אים נאכגעלאפען, דערכאפט, און אים צוריסן מיט זיין נאקעטע ציין. א מעשה שהיה.

טראכט איך מיך דערוועגן, געטראכט און געטראכט.

וויל איך פארשטיין די לאדזשיק ביהיינד קנא ונוקם. טעג וועט קומען, גאט וועט זיך נוקם זיין אין די עוברי מצותיו, און די עובדי עבודה זרה, און פאר אלע וואס האבן זיך געוואגט טשעפענען מיט אונז. פרעגט זיך די שאלה, פארוואס זאלן זיך די פעלקער פארכטן פאר עונשים וואס זייער גוף בלא נשמה וועט ליידן ביי ריאינקארסינעישען? וואס איז שוין זיין באדי? פלייש און ביין? ביג דיעל! אפשר האט עס געדארפט ארבייטן און די ענשענט טיימס, ביי די פרימיטיווע פעלקער, אבער מיט היינדסייט, ווען מ'טראכט אריין, איז עס נישט אביסל סענסלעס? חאמעלנעצקי האט זיך געדארפט שרעקן אז טויזענט יאר דאון די ליין גייט מען איבערמאכן זיין בעג אף באונס, און די אייראפעאישע אידן, וואס גייען דעמאלס זיין חסידים און ברוקלין גייען אים צומאלן צוריק אויף אפס ואין?

נאכמער, פון אונזער זייט, ווי איז דאס א טרייסט געווען פאר אלע צרות?  קוקט עס נישט אביסל אויס ווי די פארמער מיטן קאברא?  מ'וועט לעבעדיג מאכן די זאק מיט ביינער, די שארב וואס איז געבליבן פון זיי, און מ'וועט אריין פראקן? נו, א מורא'דיגע נחמה. 

א פארט פון מיין טראכטן איז געווען, אז דו טראכסט אריין, די יסוד פון נקמה איז געווען א שליסל צו אונזער סורווייוועל זייט גלות מצרים. דער פראבלעם איז אז די זאך האט נישט קיין הענט און פוס על פי דרך הפשט, אין מיין אמעריקאנע פאר'גוי'אישטע מגושמ'דיגע אויגן און שכל.

אין אמת'ן איז עס מיר גארנישט אזוי פשוט ביי אידן אויך נישט. אבער ביי אונז, מיט די נשמות, איז עס סאך מער דקות'דיג און פאר א אנדערע צייט.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר