אנגעצינדען און פארלאשען (יציאת מצרים)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

אנגעצינדען און פארלאשען (יציאת מצרים)

שליחה דורך פערינא »

לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צי שמועסן מיט א לויער,  ער האט געלערנט אין א היימישע ישובה אין די אינגע יארן,  נישט אונגאריש אבער היימיש.
זייט די 20 איז ער או. טי. די. געגאנגען אין קאלעדזש.  ער איז א בא בימים. עטליסט 70. מיט אן עקאמפלישעד קעריער.

שמועסן אונז וועגן פערסאנאל לייף,  בעליף'ס און וואס נישט. מ'האט זיך היימיש געמאכט.

היינט איז ער א ריפארמער! פלעגט אמאל אריינפאלן אין א חב"ד שטיבעל אבער ער איז א ריפארמער. געב איך אים א זאג,  מאריס,  ביזט דאך אויפגעצויגען אין א ישיבה,  די ווייסט דאך בעסער ווי דאס. דראפ די גאנצע זאך ווי א הייסע פעטעטא,  אבער ריפארם?  ריפארם שטייט פאר גארנישט אין אונזער אויגען. האט ער מיר געפענט מיין אויגען צי א נייע וועלט. ער זאגט מיר גלייב מיר,  די אמתדיגע ריפארמער,  זיי גלייבען באמת אין זייער דרך. עס איז נישט סתם עבדא בהפקירא, ס'איז א בעליף סיסטעם.

לייגט ער צו, איך בין א זין פון א האליקאסט סערווייווער,  דער איז נאו וועי איך וועך זיך נישט אינדענטיפייען אלס א איד.  איך בין שטאלץ אלץ איד. מיינע קינדער זענען שטאלצע אידען.

וואס איז מיט די תורה,  תורה איז דאקיומענטערי הייפאטיעסיס. פיין איך הער,  אלטע טאלקינג פאינט. 

מארריס,  וואס איז מיט יציאת מצרים?  קריעת ים סוף?  זיין ענטפער אויף דעם האט מיר אביסל געשאקט. ער גלייבט באמת,  זאגט ער,  ס'איז געווען קריעת ים סוף,  באט,  ס'איז געווען נעטראול קאנדישענס וואס האט געברענגט דערצו. א דראוט,  א טרוקעניש. וויי וויי,  וואס גייט דא פאר טראכא איך צי מיך. וואסארא האדזשפאדזש. וואסארא קוגעל פון גלייבינגען.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר