אונזער סיסטעם און דער אמישער סיסטעם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

אונזער סיסטעם און דער אמישער סיסטעם

שליחה דורך לעיקוואד »

לעצטנס האב איך געזעהן די פילמ'ס trouble in amish paradiseLeaving Amish Paradise
און [url=http:// http://www.youtube.com/watch?v=bnwp5OAaK8I]leaving amish paradise[/url]
איך האב באמערקט ווי ענליך איז זייער סיסטעם און ווי דער וואס שפירט זיך נישט צופרידן דארט איז צו אונזערע.
ווי די עיקר פראבלעם פון דער וואס וויל אפלאזען איז די ניתוק פון די קאמיונעטי און די משפחה וכו'. און די שטרענגקייט פון זייערע תקנות און גזירות אויף יעדער שטות וואס אויב מען פאלגט נישט גייט מען אריין אין א חרם.
אינטרעסאנט אז די "כופרים" אינעם פילם זיינען גאר נתקרב געווארן מער צו זייער גלויבונג, נאר זיי גלייבן נישט אז די תקנות וואס די קירכע מאכט זיי איבער די שלייקעס פון די הויזן איז אזוי וויכטיג, און זיי ווילען אליינס לערנען די בייבל אן די פשטים פון זייערער מנהיגים וואס לאזען עס נאר ליינען אין אלטע דייטש וואס זיי פארשטייען קוים. זייער ענדליך צו דעם וואס ביי אונז טאר מען נישט לערנען אזויפיל ספרים פון ראשונים וקדמונים ווייל עס שטימט נישט מיט די ריזיגע חיוב פון גיין א שטריימל און לאנגע פיאות.

כאמור איז די עיקר פראבלעם זייערע דאס וואס מען וואקסט אויף אין א פארמאכטע קהילה און מ'איז אנגעוואנדען אויף זייער הילף על כל צרה שלא תבא, און ארויסגיין פון דעם איז מורא'דיג שווער אז מ'דארף זיך שטעלן אויף די אייגענע פיס.
אויך איז ממש לאכעדיג צו זעהן ווי זיי נעמען אן געוויסע זאכן פון די בייבל אזוי עמראציש כפשוטו, ווי זיי מאכן חרוב א הויז אינם צווייטען פילם וייל עס האט מולד, ביז איך כאפ אז אזוי פארשטייען זיי די מצווה פון נגעי בתים..
זיי אסר'ן טעלעפאנען ווייל זיי האלטן אז די ווייערס וואס קומען אריין אין הויז זיינען עס מטמא, האט דער חכם געטראפן א עצה ער האט א ווייערלעס טעלעפאן...
און אלעס איז געבויט אויף די מורא'דיגע יראת העונש וואס מ'פרעדיגט זיי איין פון אלס קינד אז וואס מ'פאלגט נישט גייט מען צו העל, און פארדעם טאקע איז א גרויסע איום אויף זיי די אנדערע סארט קריסטן וואס גלייבן אז דער אייבערשטער איז מוחל יעדער וואס גלייבט אין עם [וביאשקע] אפילו ער איז נישט הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן [דערמאנט די התנגדות אונזערע צו ברסלב וכדו', ועי' אשכול דער אייבערשטער האט דיר ליב?]

סןף פראבירן זיי צו לעבן א ערליכע לעבן ווי זיי פארשטייען דאס אן די אלע גדרים וסייגים וואס מהאט זיי מחנך געווען, איז דאס נישט א שטארקע טענה. צו איז די צורך אין די אלע גדרים וסייגים הנוספים על העיקר געפראווט אז ס'העלפט בכלל? אפשר איז גאר מעגליך אן די אלע זאכן, אפשר איז גאר בעסער אן די אלע זאכן?
I have a dream
Martin Luther King ~

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר