וועלכע'ס איז דיין נומערע איינס פובליקאציע/אויסגאבע?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל

וועלכע'ס איז דיין נומערע איינס פובליקאציע/אויסגאבע?

שליחה דורך זר זהב »

כמעט קיינער ליינט נישט א יעדן איינציגסטן אידישן פובליקאציע וואס מ'קען נאר קויפן ביים ניוזסטענד {און מיט 'אידיש' מייניך לאו דווקא דעם אידישן שפראך וק"ל}, דערפאר שטעלעך נישט די פראגע אינעם קעפל: "וועלכער איז דיין פעיווארעט פובליקאציע/אויסגאבע?"... וואס וואלט נאר געטראגן עפעס ממשות ווען איינער לייענט טאקע אלעס, ממש אלעס, און ער וועהלט אויס פון אלע דאס בעסטע.

די שאלה איז וועלעכער איז דיין נומער איינס פובליקעישען וואס וואלטסט דערויף נישט מוותר געווען בשו"א. נעמליך, אויב זאל דיר איינער זאגן אז אלע אלע אלע אידישע און אנגלא אידישע צייטונגען/מאגאזינען/דזשורנאלן וועכענטליכע חודש'ליכע טעגליכע ביי-וויקלידיגע, גייט מען פשוט... צומאכן! און איר קענט אויסוועהלן בלויז איין פון די אלע וואס זאל בלייבן, וועלכע וואלסטע אויסגעוועלט זאל בלייבן ביים לעבן און פארוואס?

צו געבן אן איידיע פון וואס מ'רעדט, אלע סארטן אויסגאבעס.

יתד נאמן, מעלות, דבר בעטו, דבר יום ביומו (יא! כאפסט?) המספיק גאזעטע, מחנה החרדי, שאפפערס רוט, אוצר, בקהילה (העברעעיש איז אויך אריינגערעכענט) די צייטונג... אלע סארטן פון אלע קרייזן אין אלע פארמאטן! פון גלאססי בילדער מאגאזינען ביז'ן פאפיר'נעמסט'ן בלעטעל, חוץ גויאישע פובליקאציעס.

און ווי ערווענט מיינט עס דייקא נישט אז ס'איז לשיטתך דאס געלונגענסטע פובליקאציע. למשל איינער וועט ענדערש אויסוועהלן א וועכענטליכע צייטונג אפילו ער האלט אז דער שטערן איז זיין פעיוואריט פובליקאציע.

נאכן אויסוועהלן דעם ערשטן אויסוואהל, לייגט אויך צו דעם צווייטן טשויס, און אויך פארוואס. (אבער מער נישט)

משום המתחיל במצווה אומרים לו גמור, וועליך שפעטער שרייבן מיינע אוסוואהלן.

{און אגב, איינער וואס לייענט טאקע יא אלעס אדער גאר גאר אסאך וואלט יא געמעגט שרייבן זיין "פעיווארעט"}

ביטע נישט רוקן פון די אפטיילונגען "קולטור" און "געזעלשאפט", ס'איז איבער "אונדז" נישט איבער דעם
"אויסגאבע" (וואס דאן וואלט איך עס אריינגעשטעלט אינעם מידיע פארום)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום זר זהב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 57 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר