מאווי: וואו איז יואל בוים?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

מאווי: וואו איז יואל בוים?

שליחה דורך פיקציע »

אין די נאנטע טעג ווערט ערווארטעט א נייע קורצע דראמא פילם וועלכע בליקט אריין אין די חסיד'ישע פארמאכטע קאמיוניטי מיטן נאמען 'וואו איז יואל באום'.

געוויסע טיילן פון די פילם זענען רעקארדירט געווארן אין די היימישע וויליאמסבורג. די (געוועזענע שלום לאנדא'ס) רעסטוראנט אויף לי עוו. איז גענוצט געווארן בשעת'ן אפכאפן די פילם מיט עטליכע יאר צוריק, איין סצענע איז אויף הופפער סט. צווישן לי און מארסי עוו.

פערל גליק פון פאלינקא פיקטשערס וועלכע האט שוין פרודעצירט עטליכע פילמען אויף די חרדי'שע קולטור און לעבנסשטייגער ווי די קורצע דאקאמענטארי פילם דיוואן, און די דוקעמענטארי וויליאמסבורג האט געשריבן און דירעקטירט די פילם וואו איז יואל באום, און האט אריינגעלייגט אסאך לעבעדיגע ביישפילן פון די טיפישע וויליאמסבורגע משפחה, א שטייגער ווי הערן קול מבשר, ליינען דער איד און דער בלאט.

די מאוויס אפיציעלע וועבזייטל מיט א פריוויא און בילדער.
נאך א קורצע אריינבליק פון די מאווי אויף ווימעאו
בייגעלייגטע פיילס
די פוילישע גוי'טע ליינט דער בלאט
די פוילישע גוי'טע ליינט דער בלאט
Der Blatt.jpg (163.54 KiB) געזען געווארן 3287 מאל

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר