א קריזיס: עלטערע בחורים!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 18, 2013 2:15 am

גרוש האט געשריבן:היינו דאמרי אינשי א בעל עגלה בלייבט א בעל עגלה! צו רעדן אזוינע שטותים דארף מען נעמען קלאסן אויף משוגעת און באקומען די העכסטע דעגרי! בערל דו האסט עס געפעסט

כ'האב דיר געוואלט געבן א "לייק". נאר כ'האב געליינט דיין פריערדיגע תגובה ווי דו ווילסט מיר הרגנ'ען האב איך מיך זייער דערשראקן און אויך פארשטאנען פארוואס דו הייסט אזוי. כ'האב געמיינט אז ס'איז נאר סתם א שם הכינוי. יעצט זעה איך אז ס'איז כי לו נאה כי לו יאה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך טעפל » זונטאג יאנואר 20, 2013 6:26 am

berlbalaguleh האט געשריבן:
גרוש האט געשריבן:היינו דאמרי אינשי א בעל עגלה בלייבט א בעל עגלה! צו רעדן אזוינע שטותים דארף מען נעמען קלאסן אויף משוגעת און באקומען די העכסטע דעגרי! בערל דו האסט עס געפעסט

כ'האב דיר געוואלט געבן א "לייק". נאר כ'האב געליינט דיין פריערדיגע תגובה ווי דו ווילסט מיר הרגנ'ען האב איך מיך זייער דערשראקן און אויך פארשטאנען פארוואס דו הייסט אזוי. כ'האב געמיינט אז ס'איז נאר סתם א שם הכינוי. יעצט זעה איך אז ס'איז כי לו נאה כי לו יאה.

חברה!!!! ס'הייבט אהן צו גיין אישתידיג.
מ'בעט ס'עולם זיך בארואיגען.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 20, 2013 10:50 am

אין "עמי" די וואך איז דא א כתבה בענין זה. לויט ווי זיי טענה'ן, ווי שוין ערוועינט דא פריער, איז דער פראבלעם די "געפ" אין גילים.
על פי זייער חשבון, האב איך אזוי געטראכט שבת, וועט אין 40 50 יאר ארום זיין מער ליטווישע אלמנות.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8443 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 20, 2013 1:03 pm

ס'קען זיין דיין חשבון שטימט. אבער קודם זאלן זיי חתונה האבן בשעטומ"צ. איך קען א גוטן לייף אינשורענס אגענט וואס וואוינט בשכינות מיט מיר. כ'האב געזאגט גוט, ווייל ר'איז א גוטער פגע. ווען ער נעמט זיך צו איינעם גייט מען נישט ארויס אן קויפן א פאליסי. וועלן די אלע צוקונפטיגע אלמנות כאטש האבן א פאר דאללאר נדן פאר'ן זיווג שני.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך town1 » זונטאג יאנואר 20, 2013 5:59 pm

דאס מציאות איז אז א עלטערע בחור וואס האט חתונה געהאט איז שוין מער באזעצן און אסאך מער נארמאלער ווי א בחור וואס האט חתונה געהאט פאר די צוואנציג, די שלום בית איז אסאך בעסער די התנהגות צו אנדערע מענטשן איז אסאך בעסער, עס איז נישט קיין פראבלעם א עלטערע בחור, א בחור וואס האט חתונה געהאט פאר די צוואנציג איז א פראבלעם, גלייבסט מיר נישט? פרעג די אלע וואס זענען עוסק אין שלום בית איך בין נישט דן אלע וואס האבן חתונה געהאט פאר די צוואנציג, עס זענען דא בחורים וואס דארפן צוליב פארשידענע סיבות חתונה האבן פאר די צוואנציג, אבער וואויל איז צו דעם וואס האט חתונה געהאט נאך די צוואנציג
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 224
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 03, 2013 6:08 pm

איך זעה אין די צייטונגען און צעטלעך אין די בתי מדרשים אז עס עפנט זיך א ארגאניזאציע "תבשרנו", וועלכע בעט בכל לשון של בקשה אז יעדער אינדיווידואלער מענטש זאל אנטראגן - אדער לכה"פ טראכטן - פון א פאסיגן שידוך פאר קרובים וידידים איינמאל א וואך, כדי צו לינדערן דעם אומדערטרעגליכן פראבלעם פון עלטערע בחורים און מיידלעך.

מי יתן והיה זיי זאלן מצליח זיין.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17789 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 19, 2018 11:41 am

שמעקעדיג האט געשריבן:ליידער וואו מ'שטייט און וואו מ'גייט, זעהט מען עלטערע בחורים, די הארץ ווייטאג איז איום ונורא.
געוואלד, וואס גייט פאר מיט אונזער סאסייעטי???

איין משפחה זוכט בלויז די בעסטע מיידל, אן אנדערע טאטע לעבט שוין נישט, דער דריטער האט אן אנדער תירוץ,
שדכנים פאלן אויך ווייניגער און ווייניגער, מיט פארשידענע - הגם גערעכטע - תירוצים.

הצד השווה שבהם - אז עס איז א הארצרייסענדע עפידעמיע, וואס איז שווער אראפצושלינגען.

לויט ווי איך הער מפי השמועה, איז ביי מיידלעך נישט פאראן אזא גרויסע צאל עלטערע אומפארהייראטע.
וואס איז א מעלה מצד אחד, אבער מצד השני איז נישטא גענוג מיידלעך פאר די אלע בחורים.

איז דא עפעס וואס צו טון? האט איינער עפעס אן עצה?


יאנקל האט געשריבן:ביי די ליטווישע איז פונקט פארקערט, זיי האבן אן איבערפלוס פון מיידלעך פאר ווייניגער בחורים.
איז די עצה פשוט, די "איבריגע" חסידישע בחורים זאלן חתונה האבן מיט די "איבריגע" ליטווישע מיידלעך.


נולד מאוחר האט געשריבן:וואס וועלן די קינדער זיין?


אויף אייוועלט האט זיך לעצטנס אנטוויקלט א לאנגע דעבאטע איבער דעם שידוכים/שדכנים קריזיס, און מערקווירדיג, זיי שרייבן די זעלבע שאלות און ספיקות וואס מיר האבן שוין געשריבן איבער 5 יאר צוריק.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 8#p1591068

ס'איז כדאי צו ליינען, כאטש ס'איז אן אריכות גדול מאוד, ווייל מען דארף אן ערנסטע ישועה אין דעם הינזיכט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17789 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג פעברואר 19, 2018 11:44 am

דער אשכול איז פינף יאר אלט, וואס איז געשעהן מיט די בחורים פין פינף יאר צוריק? זענען זיי נאך בחורים?
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 937 מאל

הודעהדורך יין שרף » דינסטאג פעברואר 20, 2018 8:18 pm

אישתישבי האט געשריבן:דער אשכול איז פינף יאר אלט, וואס איז געשעהן מיט די בחורים פין פינף יאר צוריק? זענען זיי נאך בחורים?

א סאך, יא.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2002
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2523 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג פעברואר 20, 2018 11:34 pm

רוב פון די וואס זענען געווען ביי יונתן בן עוזיאל האבן שוין חתונה געהאט...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

א עלטערע בחור - פסח

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג אפריל 18, 2019 12:49 am

מאכענדיג פסחדיג מיינע אימעילס האב איך געטראפן וואס מיינער א באקאנטער האט מיר געשיקט אראפגעשריבען זיינע הרגשים אלס אלטע בחור, און זיינע שוועריקייטען וואס די סאסייעטי און זיינע עלטערן געבן צו צו זיין מיטמאכענישען אלס אלטע בחור,
האפענליך אז לשנה הבאה בני חורין זאל ער שוין זיצן מיט זיין ווייסע קיטל, וז"ל:


דאס זענען געווען מיינע געפילן ביי די הגדה זיצענדיג ביים סדר ביי מיינע עלטערן...

מוזגין לו כוס שני וכאן הבן שואל.........
די ווערטער ווערן געווענטליך געזאגט בשעת די טישטעך און מענטשען זענען ווייס אנגעקלייד, די נערווען האבן זיך שוין בארואיגט פון די לעצטע פאר שעה אדער טעג, און מען זיצט ביים טיש כאילו ס'איז נישט געווען קיין נעכטען און ס'קומט נישט קיין מארגען מיט די פולסטע רואיגקייט.
אבער ביי מאנכע כאפט די ווערטער א שטיקל ציפ - יא מען זיצט אפשר אויפען בענקל די גוף איז רואיג אבער די מחשבות ארבעטען פונקט פארקערט,
מוזגין פאר וועמען בין איך ווערט אז איינער זאל מיך מחשיב זיין און אנגיסען? די עלטערען? לעבען אין עולם הדמיון אז איך לעב אין די עולם התוהו, משפחה? זיי קענען מיך נאר ווען זיי דארפען מיין הילף אדער נדבה פארן גו פאנד מי, חברים? ביי זיי זענען זיי דאך שוין לאנג פארגעסען וואס מיינט צו זיין א בחור און רוב פון זיי האבען שוין א גרויסער יונגעל וואס איז מקיים די וכאן הבן שואל.
אין אמתן קיינער פרעגט מיך נישט אבער איך אין הארץ וויל איך אפאר קשיות פרעגען מה נשתנה פארוואס בין איך איך פארענדערט געווארען ביי מיינע חברים אוכלים חמץ ומצה און שאר ירקות און איך בלייבט מיט די זעלבע בחורישע "מצב ומרור" זייט די בר מצוה, שבכל החברים יושבין מסובין זיי האבען שוין זייערע עזר כנגדו זיך צו אנליינען אבער אני בלילה הזה אין די לאנגע בחורישע נאכט כולו חושך איך דריי זיך ארום עלנד און פארשעמט ווי פרעה מיט זיין פעזשאמעס ....
יא יא די קשיא קען מען פאר קיינעם נישט פרעגען ווייל קיינער וועט דיר נישט העלפען און ענפערען אבער די בעל הגדה ענפערט די קשיא אויך.

עבדים היינו לפרעה במצרים
סאיז געווען א מלך פרעה וואס ער האט מצליח געווען צו נעמען א עם שלם און מיט זיי געשלאגען כפרות..... ווי די מדרש פארציילט אלע האר אויפשטעלענדיגע מעשיות.... איינער פון די זאכען וואס שטייט אין מדרש איז אז מען האט געגעבען פאר פרויען מענערישע ארבעט און פאר מענער פרויערישע ארבעט און ווי די ספרים הקדושים זענען מסביר אז די גלות מצריים איז חוץ די פיזישע קושי השעבוד איז געווען א שטערקערע גייסטישע קושי השעבוד מיטען נעמען מענטשען און זיי מאכען טוען זאכען וואס איז נישט פאר זיי און דאס האבען זיי געליטען ביז שנגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקדוש ב"ה און אונז ארויס גענומען פון מצרים און באשטראפט מידה כנגד מידה מיט מכות משונות וואס וויפיל די חרטומים האבען פראבירט צו פארווישען און פארדרייען מיטן נאז האט עס געהאלפען א מכה.........
בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים די אזוי גערופענע מנהיגי הסאסייעטי פראבירען צו פארווישען זייער בושה און זייערע אויפגעמאכטע כללים ווי די חרטומים אין מצרים נעמען ערליכע יושרדיגע בחורים און שלאגט מיט זיי כפרות מיטן איינבאקען א אידילאגיע אז ביזן חתונה ביזטו געמאכט געווארען צו קוועטשען א באנק טאמער נישט נישט וועסטו זיין ווערט א מכה...... און טאמער מען זעהט אז די בחור האלט עס נישט אויס - אדער טאמער די בחור ווייזט אויף א אנדערע בחור וואס ארבעט און איז ערליך קומען די חרטומים אויף מיט כישופים און בלבולים אויסגעצויגען פון פינגער אבי נישט מודה זיין על האמת אז אצבע אלוקים הוא וואס וויל די באשעפער טאקע.
טייערע בחור די צובראכען קייט, ווערטלאזקייט און דענירדערטקייט איז נאר אז מען בלייבט אין מצריים און מען טוט די אומריכטיגע זשאב ניין דיין זשאב איז נישט צו זיין דיין מאמעס נחת יונגעל אזוי ווי אפאר פאריקטע יענטעס האבען איינגערעדט די המון עם און דיין זשאב איז נישט צו זיצען אויף א באנק אזוי ווי די ישיבה קטנה יארן אז די האלט שוין נישט צו קוועטשען א באנק גיי ארויס און טרעף דיינע אמתע זיכערע וועג - זוך אין די עולם המסחר, גיי איינמאל און פאר אלעמאל ארויס פון די ביטערע מצרים האב נישט מורא פון אפאר פאריקטע הונט וואס בילען אז דו זאלסט נישט ארויס גיין

און איינמאל דו גייסט ארויס פון מצרים וועסטו קענען זעהן "את עצמו" דיין "זיך אליין" ווי ווערט און גרויס דו ביסט און נישט נאר ווער דו ביסט נאר אלעס וואס פארסירט וועסטו זענען ווי גוט סאיז און ווי די בעל הגדה זאגט שפעטער כמה מעלות למקום עלינו איך מיין פונקט יעצט קומט אריין די דיינו מען קען עס זאגען יעדער טאג?
נאר איינמאל מאיז ארויס פון מצרים מען פיהלט די ערך עצמו און מען לאט זיך נישט פון פרעה זעהט מען איין מיט א זיסקייט "כמה מעלות למקום עלינו" ווי זיס די לעבען איז,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמחהלע קאפשטיק אום פרייטאג אפריל 19, 2019 3:16 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
שמחהלע קאפשטיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:57 pm

גרוש האט געשריבן:היינו דאמרי אינשי א בעל עגלה בלייבט א בעל עגלה! צו רעדן אזוינע שטותים דארף מען נעמען קלאסן אויף משוגעת און באקומען די העכסטע דעגרי! בערל דו האסט עס געפעסט

(געוועזענער) אדער צוריק געווארענער גרוש: איך וועיס נישט וואס דיין מעריטל סטאטוס איז היינט צו טאג. אדער פיהרסטו שוין א קליין יונגעלע אין חדר אין כיתה א'. אדער לייגסטו א קליין מיידעלע אויפ'ן סקול באס. אדער ביסטו שוין (ח"ו) צוריק עלנד און איינזאם. און די אלע מצבים און נאכווייען וועלכע האבן זיך אפגעשפיעלט ביין דיין ערשטן גט שפיעללן זיך ליידער יעצט איבער. און ס'איז נאכאמאל מקויים געווארן דער פסוק פון..."עבר קציר, כלה קיץ ואנחנו לא נושענו"...נאר יעצט קענסטו עס זיכער נישט בלעימען אויפ'ן באשעפער. ווייל ס'איז דא אנ'אנדערע פסוק. אין די לעצטע משנה פון מסכת עדויות. ווי א טאטע (א רבי) זאגט פאר זיין זוהן, וועלכער האט געבעטן דעם טאטן אז ער זאלל אנזאגן פאר זיינע תלמידים אז נאכדעם וואס דער טאטע/רבי וועט נפטר ווערן זאללן די תלמידים רעספעקטירן דעם זוהן דעם נייעם רבי... האט איהם דער טאטע געענטפערט..."מעשיך יקרבוך. ומעשיך ירחקוך..." דיינע אייגענע מעשים וועללן דיך דערנעענטערן (צו די מענטשן) און דיינע מעשים וועללן דיך דערווייטערן...! ד.מ. צו זאגן אז אלעס ווענדט זיך אין דיר אליינס...! רעספעקט דאר מען זיך פארדינען...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט