בלאט 1 פון 1

א קריזיס: עלטערע בחורים!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:21 pm
דורך שמעקעדיג
רבותי, עס פלאקערט א פייער, ואין פוצה פה ומצפצף.

מען דרייט זיך אביסל אין די גאסן, אין פארשידענע בתי מדרשים, כוללים, געשעפטן, און וואו נישט.

ליידער וואו מ'שטייט און וואו מ'גייט, זעהט מען עלטערע בחורים, די הארץ ווייטאג איז איום ונורא.
איך קען עס פשוט נישט צוקוקן!

געוואלד, וואס גייט פאר מיט אונזער סאסייעטי???

איין משפחה זוכט בלויז די בעסטע מיידל, אן אנדערע טאטע לעבט שוין נישט, דער דריטער האט אן אנדער תירוץ,
שדכנים פאלן אויך ווייניגער און ווייניגער, מיט פארשידענע - הגם גערעכטע - תירוצים.
הצד השווה שבהם - אז עס איז א הארצרייסענדע עפידעמיע, וואס איז שווער אראפצושלינגען.

לויט ווי איך הער מפי השמועה, איז ביי מיידלעך נישט פאראן אזא גרויסע צאל עלטערע אומפארהייראטע.
וואס איז א מעלה מצד אחד, אבער מצד השני איז נישטא גענוג מיידלעך פאר די אלע בחורים.

איז דא עפעס וואס צו טון? האט איינער עפעס אן עצה?