וויפיל רבי'ס טראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1078 מאל

וויפיל רבי'ס טראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן?

שליחה דורך הדד בן בדד »

איך האב יעצט געזעהן פיקטשערס פון די לויה פון א ברודער פון די קרעטשניפע (רחובות) רבי'ס, האב איך געזעהן ווי אלע פיר ברודער שטייען צוזאמען, און איך האב באמערקט אז אלע פיר - קרעטשניף, קרעטשניף קרית גת, ביטשקוב און פרימישלאן - אלע פיר טראגן זיי ווייסע זאקן אינדערוואכן, און איך בין פשוט נייגעריג געווארן וויפיל רבי'ס דא אין אמעיריקא טראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן. אין ארץ ישראל מיין איך איז דאס מער מצוי ביי אזעלכע וואס זענען אפילו נישט קיין גרויסע רביס. למשל, דער ספינקא'ר רבי פון ירושלים, ר' מרדכי דוד כהנא זצ"ל, האט געטראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן, און איך מיין אפילו אז ר' זלמן בריזל זצ"ל, וואס איז בכלל נישט געווען קיין רבי, האט אויך געטראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן, זיין ברודער ר' אלעזר האט עס זיכער געהאט. אבער דא אין אמעריקא איז עס ווייניגער מצוי.

איך וועל שרייבן קודם די וואס איך ווייס, און אויב איז דא נאך, קען דער עולם אריינפילן.
אין וויליאמסבורג איז דא, סאטמאר רבי מרז"ל, ר' אייזיק ספינקער, ר' זיידל קרעטשניפער. אין ב"פ איז דא די צוויי באבוב'ער רביס און דער מונקאטשער רבי. אין ק"י איז דא דער סאטמאר רבי מהר"א, אין קאנאדא דער טאהש'ער רבי. ע"כ וואס איך געדענק יעצט, דער עולם ווערט געבעטן מוסיף צו זיין.

דער אשכול פארמאגט 155 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר