שטאמען מיר נאר פון אידן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 650 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

שטאמען מיר נאר פון אידן?

שליחה דורך חאצקל »

[justify]כמעט א יעדער פון אונז פארשטייט בפשטות אז ער שטאמט בלויז פון אידן, און ער האט שוין פון הונדעטער דורות זינט יעקב אבינו ריין אידיש בליט (אויסער די געציילטע וואס ווייסן אז זיי שטאמען פון א גר). עס איז א דבר פשוט ביי יעדן, אז זינט די בני ישראל האבן זיך דערזעהן אלס א באזונדערע פאלק פאר זיך, וואס דאס איז ווארשיינליך געווען ווען יעקב אבינו איז אראפ געגאנגען קיין מצרים מיט די זיבעציג נפשות, האבן זיך די אידן נאר משדך געווען צווישן זיך.

יעדער ווייזט פון אזא מעגליכקייט אז א גוי קען זיך מגייר זיין און ווערן א טייל פונעם פאלק ישראל, מ'ווייסט אויך פון עטליכע אזעלעכע פעלער אין די היסטאריע, ווי למשל יתרו, רות, נביזרדן, בני בניו של המן וכו' וועמענס אייניקלעך עס האבן זיך ערנסט אריין געמישט אין כלל ישראל אזש גרויסע לייט שטאמען פון זיי. דאס זענען אבער אלע איינצעלנע פעלער וואס זייערע גענען (דזשינס) ווערן בטל אחד מיני אלף וריבי רבבות, און כמעט אלע אונזערע זיידעס און באבעס זינט יעקב זענען געווען אידן פון אפשטאם.

מיין פראגע דא איז, צו איז טאקע געווען אזא זעלטענער ערשיינונג אין די ערשטע צייטן פונעם אידישן עקזיסטענץ אז א איד זאל זיך משדך זיין מיט א גוי?
דאס איז זיכער אז בפשטות האבן זיך די אידן אין מצרים בדרך כלל געהאלטן מער ווייניגער צווישן זיך, מכמה טעמים. אבער מיר ווייסן אז עס זענען מיטגעקומען די ערב רב וועלכע האבן זיך ווארשיינליך כאטש עפעס אריין געמישט אין די אידשע באפעלקערונג. ווידער די ואוס האבן פארמאגט א אשת יפת תואר באיסור צו בהיתר האבן אויך צוגעגעבן פרעמדע בליט אין די אידישע באפעלקערונג. און ווער רעדט נאך ווען אידן האבן געזינדיגט און געהייראט מיט גוי'אישע ווייבער בזמןן בית הראשון און ספעציעל בימי עזרא ווי עס שטייט קלאר געשריבן אין די פסוקים, זענען דען די אלע קינדער געווארן אויסגעשלאסן םון כלל ישראל?! און דא האט זיך אנגעהויבן א פרישע כוואליע פון געצווינגענע גרים פון ארץ אדום וואס יוחנן הורקנס האט אייננעמענדיג אדום געצווינגען די גאנצע אדומישע באפאעלקערונג זיך מגייר צו זיין אזוי ווי עס איז געווען איינגעפירט ביי די אמאליגע כובשים צו צווינגען די אינטערטאנען אנצונעמען די רעליגיע פונעם כובש, וואס להלכה זענען זיי נישט קיין גרים, אבער האבן זיך ווארשיינליך היפש אריינגעמישט אינעם כלל ישראל אזוי ווי הורדוס דער גר אדומי, וואס כאטש ביי די פרושים איז ער נישט געווען אנגענומען אלס איד אזוי ווי זיין אייניקל אגריפס האט זיך צו וויינט ביים ליינען "מקרב אחיך תשים עליך מלך", אבער פארט האבן זיי זיך דא און דארט אריין געמישט צווישן די פרושים (פון וועם מיר שטאמען לכאורה).

ווייטער אין די שפעדערדיגע גלות יארן ווען ס'האט געהערשט א כאאס, אידן זענען אנגעקומען אין פארשטיפטע שטעט וואו מ'האט געלעבט אן קיין מנהיג און די עם הארצית איז געווען אויפן העכסטן שטאפל, זענען דאך אודאי פארגעקומען אזעלעכע פעלער ווי אין די צייטן פון עזרא הסופר וואס אידן האבן געהייראט מיט גויאישע פרויען (אין בעסטן פאל מיט א גיירות שלא כהלכה), אן א וויסן די הלכה מיט זייערע קינדער, און די קינדער זענען פארבליבן אין די אידישע פאלק. פאראן היסטאריקער וואס זענען משער אז אין געוויסע שטעטלעך ווי אידן זענען געווען די מערהייט האבן די גוים מאיזה טעם געשפירט א דראנג צו ווערן א טייל פון די אידן (אזוי ווי די כיתים) און די עמי הארץ האבן זיי טיילווייז אנגענומען. עס איז אויך באקאנט דאס אז די כוזרים האבן זיך מגייר געווען, פון וועלעכע טייל האבן זיך שפעטער פארשפרייט צווישן אידישע קהילות אין אנדערע מדינות.

ערגעץ האב איך געליינט אז לויט געוויסע די ען עי טעסטן וכדו' איז דא שטארקע באוויזן אז צווישן אשכנזישע אידן האבן זיך אויסגעמישט אוגרישע און וואלגארישע שבטים. ווידער אויך דאס וואס אידן זעען אויס ווי די גוים פון די לאנד ווי זיי וואוינען (בלאנד אין די אשכנזישע מדינות און טינקל אין די ספרדישע מדינות) זאגט עפעס.

איך רעד נישט דא פונעם הלכה'דיגן שטאנדפונקט, ווייל לויט די הלכות פון עשרה יוחסין זענען מיר רובא ככולא כשר'ע אידן. וואס איך וויל דא ארויס ברענגען איז, צו עס רינט נישט אין אונז היפש גוי'איש בלוט. וואס האט איר צו זאגן איבער דעם ענין?[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום חאצקל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 44 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר