די מערכה איבער חוקי תועבה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 249 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

די מערכה איבער חוקי תועבה

שליחה דורך אויס מענטש »

גאנצעטע רשי"ס לאזט מען אויס אין חדר
גאנצעטע גמרות אין ישיבה
מען רעדט אינדערהיים מיט רמזים
מען זעהט אז עפעס באדערט פארן קינד מען האט מורא
אז עפעס קומט פאר ביי אים און די פארבארגענע ערטער, מען ווייסט אבער נישט וויאזוי צורעדן צו אים
קינדער פרעגן קשיות מען ווייסט נישט פונקטליך וועלכע שפראך צו רעדן צו זיי
אלעס ווייל מען וויל ח"ו נישט פארדארבן דעם קינדס מוח מיטן אריינלאזן נישט געוואונטשענע אינפארמאציע פריצייטיג
און אפי' ער ווייסט יא איז ווי ווייניגער בעסער
און טראך...
פלוצלינג איז אלעס מותר ווען עס קומט צו די מערכה פון
"חוקי תועבה"
דארט ווערט ער געוואר אין ביהמ"ד פון א הייליגען צעטיל {וואס איז בדרך אגב א ריין פאליטישער מחלחמה כידוע ליודעים}
פון די ארגסטע סארט שמוץ און זוהמא וואס איז נאר שייך
מיט אזעלכע הייליגע לאזונגען ווי מעשה ארץ מצרים
וכסדום ועמורה משכב זכור וכ'ו וכו'
און וויפיל דער צעטיל זאגט נישט ווערט מען געוואר פון דעם אלץ ווייסער בחור
איז דאס נארמאל ???
מוז מען טאקע פאר די מערכה אזויפיל מקריב זיין
איז א פשט אין רש"י אדער א שטיקל גמרא נישט אזוי וויכטיג ווי די מערכה
פארוואס איז מען דאס מוותר ביים לערנען
און לגבי די מערכה וואס ווערט נישט געפירט דורך קיין איין באזעסענער רב
איז דאס אלעס מותר ?!
און יא ! איך בין פון דארט געוואר געווארן אלץ בחור פון אלעס
און וואס האט מיר אזוי אויפגערעגט איז ווען די וואך ביי די יעצטיגע וואלן
האט מיר א 13 יעריגער בחור געפרעגט וואס די צעטיל מיינט
און איך מיין אז ער איז שוין געוואר געווארן ...
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר