דער פעטרעיוס סקאנדאל א מוסר השכל?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1416 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1682 מאל

דער פעטרעיוס סקאנדאל א מוסר השכל?

שליחה דורך בן תמליון »

מיר אלע האלטן מיט די שטוינענדע אנטוויקלונגען איבערן געוועזענעם הויפט גענעראל און סי איי עי דירעקטאר דעיוויד פעטרעיוס וואס האט רעזיגנירט מיט שאנדע איבער א פארוויקעלטע מעשה זנות און ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דער איצטיקער הויפט גענעראל זשאן עלען אויך טיף אין בלאטע ווי אויך אן עף בי איי אגענט און עס גייט נאר טיפער. קוקנדיק צוריק איז גענוג צו דערמאנען אונזער אנטאני ווינער מיט זשאן עדווארדס ארנאלד שווארצענעגער מיט טייגער וואודס דער ליסטע איז פיל לענגער און פארשטייט זיך די וואס מען חאפט זענען בלויז א קליינער טייל די וואס ווערן נישט געחאפט זענען פיל מער. וואס מאכט מיר וואונדערן אויב איז דער סעקולארער געזעלשאפט ביז די העכסטע רייען אזוי מאראליש שוואך אז די גרעסטע לייט פאלן ווי פליגן פאר אן אשת יפת תואר, נו אפשר זענען אונזערע וואס שרייען קורצע קליידער און ווילן נישט קיין מיקסט רעסטוראנטן פארט גערעכט? דער מענטשהייט איז א בלויזער חיה בצורת אדם און ער מוז ווערן קאנטראלירט?

דער אשכול פארמאגט 57 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר