פארוועמען דארף מען פארציילן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מים חיים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

פארוועמען דארף מען פארציילן?

שליחה דורך מים חיים »

א שווערע שאלה איז מיר נולד געווארן היינט.

ובזה החלי.

מיין אידענע איז היינט געווען אין אן עקסערסייז פלאץ, און כמנהג הנשים האט מען געשמועסט דארט איבער אלעם און אלעמען. בתוך הדברים האט מיין ווייב פארציילט אז זי האלט יעצט אינמיטן טרעינען א קינד. רופט זיך אן א פרוי (להבנת הענין גייט מען איר רופן מרס. בלוי) דארט מיט א מעשה וואס איז געשעהן מיט איר.

מרת בלוי האט געהאט א טאכטער, וואס האט פון געבורט אן, געליטן ביטערליך אויף שלשול ל"ע. וואס זי האט געגעסן איז תיכף ארויס. מען איז געווען ביי אלע סארט דאקטורים אבער קיינער האט נישט געקענט צוטרעפן די ריכטיגע תרופה דערצו. דאס קינד איז געווען אויף מעדעצין וואס איז געמאכט פאר ערוואקסענע אבער ללא הועיל.

דאס קינד איז שוין געווען צוויי א האלב יאר, מען האט נישט געקענט טרעינען בשום אופן, עס איז געווען א רחמנות אויפן קינד, קיין חברטעס האט זיך פארשטייט זיך נישט געהאט. מרת בלוי לייגט אראפ ווי איינמאל אינמיטן זוממער איז זי געגאנגען מיטן קינד צום דאקטער, שיין ריין ציכטיג אנגעטון, און פון איין מינוט צום צווייטן איז זי ל"ע געווארן אינגאנצן פארשמירט.

"איך בין געווען אובד עצות" זאגט זי, "איך האב מיר מיישב געווען אז איך גיי טוהן א דראסטישע שריט, איך האב גערופן תהלים כולל און געגעבן א ריזן סכום"....

(דיסקלעימער, דא ביי דעם חלק האב איך אויסגעשאסן אין א געלעכטער, און מיין ווייב האט מיר קוים געקענט בארואיגן אז איך זאל עס הערן ביזן סוף, אז מרת בלוי האט געזאגט אז זי מיינט גארנישט, זי האט פלעין געוואלט פארציילן די מעשה, דרך אגב, די סכום איז 600 דאללער)

עכ"פ פארציילט מרת בלוי ווייטער, אז א טאג שפעטער באקומט זי א פאון קאל פון אן איזרעלי פרוי, זי האט נישט קיין אנונג ווי זי האט באקומען איר נומער, בכל אופן, דער איזרעלי פרוי וויל אז זי (מרת בלוי) זאל ווערן אן עידזשענט צו פארקויפן סעידזש אמעגא אויל פון א געוויסע קאמפאני וואס מען זעהט ניסים ונפלאות ביי ווער עס נעמט די אויל. ענטפערט איר מרת בלוי, אז זי איז א פארנומענע מאמע פון פינף קינדער און זי קען זיך נישט אונטערנעמען צו פארקויפן אנדערע זאכן אויך.

אבער די פרוי, זייענדיג אן איזרעלי.... האט נישט נאכגעלאזט און געמוטשעט, און פארציילט מיט עקסטאז וואספארא וואונדערליכע זאכן דער אויל טוט אלס אויף, פאר עלערדזשיס, און פאר מענשטן וואס ליידן אויף קראונס האט דאס ממש אויסגעהיילט... האט אויפגעבליצט ביי מרת בלוי, אפשר איז דאס א ישועה פאר מיין טאכטער. זאגט זי פאר דעם איזרעלי פרוי, ווייסטו וואס שיק מיר אזא באטל, איך וויל זעהן אויב עס ווירקט טאקע.

בחינם? אזא באטל קאסט פינף און ניינציג דאללער....

איז מרת בלוי געגאנגען, אנגערופן איר קינדער דאקטער זיכער מאכן אז עס איז סעיף, ער האט באשטעטיגט, אז מען מעג עס נעמען, עס איז טאקע נישט FDA עפראווד, אבער עס איז נישט קיין סכנה, און מען מעג פרובירן עס צו נעמען.

זי האט עס גענומען, און ביז א וואך, איז די פראבלעם נעלם געווארן....

ע"כ המעשה.

מיין שאלה איז פארוועמען פארצייל איך די מעשה, פאר תהלים כולל אדער פאר די קאמפאני וואס פאבריצירט די סעידזש פיש אויל???

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר