עלית שאקלאדע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
זעמיל מילכיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:55 am
געפינט זיך: שטעטעלע ק.
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

עלית שאקלאדע

שליחה דורך זעמיל מילכיגער »

איך וויל ארויפברענגען א נושא וואס באדערט מיר שוין לאנג אין איך האב קיינמאהל נישט געהאט די געפיל אז מען פארשטייט מיך אדער אז מען הערט מיר אויס ביז איך האב געטראפען אזא רוהיגע ווינקעל דא וויל איך ארויפברענגען מיין שאלה.
ווי ייעדער ווייסט פלעגט קומען נאך פון אלץ קינד ווייז אן א פעקל שאקלאדע איינגעטיילט אין 12 שטיקלעך ווי מען ברעכט אראפ א חתיכה פאר זיך ולכל הנילווים איליו, אבער די לעצטע פאר יאר זייט עס איז ארויס געקומען די עלית שאקלעדע קומט די פעקל איינגעטיילט אין אסאך קליינע חתיכת מיט א בילד פון א קי גאר אויף דעם, אין אינמיטען דעם באר איז דא איין גרויסע חתיכה באלד פינעף מאל אזוי גרויס ווי די אנדרע קליינע.
יעצט ווערט מיר שווער די איבעי׳ ממ״נ אויב איז אכילת אדם א קליינע חתיכה טא וואס איז די גרויסע חתיכה מיטען קי אינמיטען, אין אויב איז די גרויסע כדי אכילת אנוש טא וואס איז די קליינע, אדער אפשר איז גאר א ענין אז די גרויסע קי זאל זיין מסובב מיט אסאך קליינע?
ייעדעס מאל איז מיר א באזינדערע אפקימעניש צו ציטיילען די גרויסע חתיכה, איך וואלט געעווען דאנקבאר ווען איינער קען מיר ווען אפשר פושט זיין די איבעי׳.
ליינטס נישט קיין שמוציגע מאגאזינען אין ביה"כ, דאס פארברענט דאך אייער נשמה!
קרעדיט: א אלטע געטראפענע ביה"כ ווענטעל.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר