וועגן געבן געלט צום דינער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

וועגן געבן געלט צום דינער

שליחה דורך קליינע רעבעלע »

אין די יעצטיגע צייט קומען פאר די דינער'ס פאר די מוסדות התורה, ספעציעל סאטמאר, וואס אלע פראקציעס מאכן יעצט כ"א כסלו זייערע דינער'ס.
האב איך געוואלט ארויפברענגען א טעמע וואס טוט מיר זייער וויי.

איך בין א מענטש וואס גייט געווענליך מיטן סיסטעם, איך פלעג אלע יארן געבן געלט פארן דינער, איך זאג נישט ווער ווייסט וואס, אבער למעשה פאר אזא איינעם וואס איבריגע געלט האב איך נישט, ניטאמאל א אייגענע דירה האב איך, שפיר איך איז עס א שטיקל מסירת נפש פארן געבן.
למעשה נישט לאנג צוריק האב איך בשעטו"מ אריין געשיקט נאך א קינד אין די מוסדות, איך האב געהאלטן אז איך בין ענטייטעלט פאר א שטיקל ברעיק, קיין וואוטשער קען איך נישט באקומען,
בין איך געגאנגען רעדן מיטן אינגערמאן וואס איז געשטעלט מטעם המוסדות צו פארהאנדלען מיט די שכר לימוד, איך האב מיר ממש אויסגעטוהן נאקעט, א זאך וואס איז אקעגן מיין נאטור אינגאנצן.
ער האט געפענט א מויל אויף מיר כאילו איך בין דער גרעסטער גנב, ער האט מיר געמאכט פילן ווי א עכטע גארביזש.

איך באצאל מיינע בילס כמעט אין צייט, אפשר אינטערשטעליג איין חודש, און וואס האב איך געבעטן, רעכן זיך מיט מיין מצב!
איך קען פארשטיין א מוסד פלאגט זיך. זאג אז יעצט איז אווממעגליך, טריי אין עטליכע חדשים ארום, אבער פארוואס באהאנדעלסטו מיר ווי א גארביזש?

דא רעדט מען נישט פון א מענטש וואס מען האט יעצט אויפגענומען. ער ארבעט שוין 15 יאר זיכער וואס איך געדענק, און יעדער פון די הנהלה ווייסט וואס ער איז. נאר עס איז דא א סיסטעם פון די הנהלה פון דעגרעיטען די מענטשהייט.

אבער אזויפיל האב איך יא אפגעמאכט, איך וועל געבן וואס איך מוז, ד"ה מיינע שכ"ל, אבער חוץ מזה געב איך נישט קיין פרוטה, אזוי אויך פון גיין צום דינער טאנצן חסדי השם קענען זיי פארגעסן.

איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן פונעם עולם וואס זיי זאגן צו דעם.
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר