ת"ח שעבר עבירה, אל תהרהר אחריו - סקאנדאלן ביי גדולי ישראל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4108 מאל

ת"ח שעבר עבירה, אל תהרהר אחריו - סקאנדאלן ביי גדולי ישראל

שליחה דורך קופערניקוס »

אין ליכט פון די סקאנדאל וואס עס איז פארגעקומען אין די לעצטע טעג אין לאנדאן ביי א גאר חשובן רב ומורה הוראה, פון די גרעסטע פערזענליכקייטן אין לאנדאן און אין אייראפע בכלל, ווען אזויפיל ווי איבער צען וויבער זענען געקומען מעיד זיין אז ער האט אנגעהויבן מיט זיי, ביים געבן זיי יעוץ אין שלום בית.
איז כדי צו באטראכטן די נושא פון א נייע פרעספעקטיוו, נישט אלס א זאפטיגע רכילות נאר פון א פסיכאלאגישן קוק ווינקל:
א רב וואס איז נכשל געווארן איז נישט א מאנסטער וואס איז שעדליך צו פרויען, א רעיפיסט און א מאנס. ער איז בדרך כלל א ווארעמער מענטש וואס איז געפאנגען אין זיינע אייגענע קייטן, ער לעבט בפרישות, מוז גיין אין גאס מיט שמירת עיניים, געט זיך נישטאמאל צופיל נאך בהיתר מיט מחברתו הטהורה, איז שוין ווארשיינליך שטארק פארמאכט פון אלס בחור, און ער לייגט ממש א שלאס אויף זיינע נאטורליכע תאוות ; לעומת זה איז ער א מענטש מיטן אבר קטן שיש לאדם וואס פאדערט דאס זייניגע אן קיין רבנישע חשבונות. דער שמייסער - ווי באקאנט - ווערט נישט באפרידיגט פונעם אויבנאן.
נישט בלויז דאס, נאר א רב האט אין זיין האנט מאכט, כח און ער איז ביכולת צו משכנע זיין א פרוי.
בנוסף צו דעם אלעס זיצן ביי רבנים אפ די פרויען וואס רעדן זיך אויס זייער אינטימסטע זאכן, און דער רב מוז זיין דער פרומער וואס איז זיי מעורר ומעודד.
די אלע זאכן צוזאמען זענען זייער גוט מסביר ווי אזא רב קען פאלן.
די שאלה הייבט זיך אן וויאזוי מען באהאנדלט אזא רב?
די גמרא אליין האט שוין געהאט די דילעמא און געזאגט "תלמיד חכם שעבר עבירה בלילה, אל תהרהר אחריו ביום..." און אן אנדער גמרא ערקלערט אז "כל הגדול מחברו יצרו גדול הימנו"
אין די אידישע היסטאריע איז דא גאר אסאך פון די סארט מעשיות, אנגעהויבן פון די פסוקים, מען דארף נישט מער ווי די גמרא "כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה, כל האומר ראובן חטא אינו אלא טועה"
אין חז"ל און מדרשים טרעפט מען אויך די זאכן אבער עס איז צו האקל, לאמיר רעדן פון שפעטערע אידישע היסטאריע
רבי ישראל נגארא - דער גרויסער פייטן, מקובל און מחבר פון "קה רבון" אויף וועמען רבי חיים וויטאל שרייבט אז ער איז געווען פרוץ בעריות. זכותו יגן עלינו
ביי אסאך מאכט זיך שטורעמס וואס זענען באמת נישט באגרינדעט, ווער ווייסט דען אויב איינער מאכט א שם רע. און נישט בלויז דארף מען דן זיין לכף זכות, נאר אסאך מאל איז עס באמת נישט געשטויגן, אבער אלס היסטארישע אנעקדאטן דארף מען עס פאראייביגן:
פון די היינטיגע דורות שרייב איך נאר ראשי תיבות.


הרה"צ רבי י.ה.
הרה"צ רבי ש. וו.
הרה"צ רבי ש. ק.
הרה"צ רבי א. ב.
הרה"צ רבי ש. א. (מזרחי)
הרה"צ רבי מ. א. (מזרחי)
הרה"צ רבי ח.ה.


און די רשימה איז גרויס. מיר טארן עס נישט אנקוקן ווי זאפטיגע רכילות, נאר ווי א מענטשליכע טראגעדיע ווי מענטשן מיט יצרים, אינסטיקטן און יראת שמים האבן צומאל געהאט א גליטש און דערנאך ביטערליך געליטן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קופערניקוס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 117 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר