בלאט 1 פון 1

אנקעטע: תפיסה פאר אידישע און נישט-אידישע מאלעסטארס

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 10:39 am
דורך יואליש
עס איז געווען באריכטעט אז יאסעלע פריעד וואס איז ארעסטירט געווארן צוליב כאפן בילדער ביים טרייעל פון נחמיה וועבערמאן האט עטליכע חדשים צוריק געזאגט פאר מרת דייטש'ס מאן אז "אפי' אויב וועבערמאן איז יא שולדיג טאר ער נישט זיצן, ווייל א איד באלאנגט נישט אין תפיסה."

וואלט געווען אינטערעסאנט צי דער עולם שטימט צו מיט די דעה. ביטע שטימען אויף די אנקעטע.

א) כ'שטים צו. א איד, אפי' א זיכערע מאלעסטער, באלאנגט נישט אין תפיסה.
ב) כ'פראטעסיר קאטאגאריש! מאלעסטערס, אריינגערעכענט אידישע, ברויכן גייען אין תפיסה.
ג) בלויז סעריעל מאלעסטערס, אידישע ווי גוי'ישע, ברויכן גיין אין תפיסה.
ד) מאלעסטערס באלאנגן נישט אין תפיסה. נישט אידן און נישט גוים.
ה) כ'בין נישט באקאנט מיט די פראבלעם פון מאלעסטעשן און כ'האב קיין מיינונג.