מחני נא מספרך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

מחני נא מספרך

שליחה דורך קול דודי »

מחני נא מספרך

אידן, זרע אברהם יצחק ויעקב:

וואס האט פאסירט מיט אונז? ווי זענען מיר פארפארן? וויאזוי קען דאס זיין אז מיר, די באוויסטע רחמנים בני רחמנים, זענען געווארן א שפיגעלע פון דאס פלאץ וואס אפילו אברהם אבינו האט נישט געקענט ראטעווען פון גפרית ומלח?

ווי קען דאס זיין אז די שרעקליכע וויי געשריי פון א קינד וואס מ׳האט אנגעשמירט מיט האניג (א קינד!) אין ארויסגעשטעלט פאר די בינען קימערט קיינעם נישט? הכצעקתה??? ״אפילו די בין האט איר געשטאכן האט זי נישט געברויכט שרייען״ הער איך אויף די גאס. ״און אויך, די בין נעבעך, נעבעך, האט א מלכה און בינשטאק וואס ווארט אויף איהם!״ זענט איר אויפן קאפ געפאלן? איז דאס לעצטע טראפ רחמנות און געפיל צו א קינד פארברענט געווארן צום מולך וואס הייסט ״פארטיי״ און ״חסידישקייט״? אוי מה היה לנו!

״אהא,״ זאגן אנדערע, ״איך האב נישט געזען קיין בין שטעכען, און אויב יא געשטאכן איז מין הסתם נישט אזוי שטארק געשטאכן.״

פיין. ערשטענס, ווי קומט דאס אז מ׳שטעלט א קליין קינד (יא, אנטשולדיגט, צוועלעף יאר איז א קליין קינד) ארויס נאקעט פאר די בינען? ווי איז די וויי-געשריי אויף דער אכזריות? ווען א קינד פאסט נישט אריין אונ׳ם סדום-בעטל ברויך מען אפהאקן די פיס אויב ס׳איז צו לאנג אדער אויסציען די נשמה אז ס׳איז צו קורץ? ״אויב וואלט זי נאר געפאסט אונ׳ם בעט וואלט זי געשלאפן זייער באקוועם ביי אונז!״ יא? אויך אין סדום. אבער און סדום וואלט מען כאטשיג נישט אפגעהאקט די פיס בעפאר דעם פארלאנג פון ואבוה אליה, נישט א חילוק צו מען האט טאקע אויסגעפירט דעם פארלאנג אדער נישט.

ווי-אזוי זענען מיינע ברידער אין שוועסטער געווארן ערגערע אכזרים ווי די אנשי סדום? אויה לי!

אז א מאמע איז קראנק אויפן קאפ און הינגערט אויס א פיצל קינד ביז דאס קינד האט נישט קיין כוח צו וויינען מער, הערט מען נישט קיין פיפס אויפ׳ן גאס פון רחמנות אויפן קינד. וואס מען הערט יא איז ״ימח שמו וזכרו״ אויפן דאקטער. אמער, ער גייט מיט א קליין געשטריקט קאפל אין איז נישט משלנו! געטס א קוק, ער פאסט ניטאמאל אריין אונ׳ם סדום-בעטל און די מאמע פאסט יא! נו ווער זאל שלאפן באקוועם ביי אונז? איי דאס קינד? וועם גייט דען אן דאס קינד? וואס זענען מיר, שוואכע בעלי רחמנות? זאל דאס קינד זיך וואלגערן אין יסורים.

א שוידער. ווי אזוי איז געשען דער חורבן איום ונורא?

קוקטס ווער ס׳שטייט מיט דעם באוויסטן מגביה שפלים און פרובירן נאכצוטאן זיין ארבעט. ניטאמאל איינס פון זיי פאסן אונ׳ם בעט. מן הסתם געבן ס׳רוב פון זיי א פלייאינג פ*ק איבער ״קדושתן של ישראל״ אויך נישט. וואס יא? ס׳קוקט אויס אז עטליכע זענען מבקש את הנרדוף, אפילו דער נרדוף פאסט נישט פונקט אריין און איין בעט אדער דעם צווייטן. (קוקט, למשל איינס פון אסאך, דא: http://www.oyveycartoons.com/2012/12/11/psychiatry/
)

אבער ביי אונז אין סדום זענען די מענטשן אויסגעשפיגן, מחוץ למחנה. שפלים ונבזים. אז איר פאסט אונ׳ם בעט זאלט איר שלאפן באקוועם ביי אונז. אז נישט? אז נישט קענען מיר קיין רחמנות נישט שפארן פאר אייך. ניטאמאל א טראפ. ביזט משוגע די אפגעפליקטער? קוק אין שפיגל - די פאסט נישט אונ׳ם בעט! ס׳ארא רחמנות אדער מענטשליכקייט רעדטסטו? קום שנעל אהער און לאמיך דיר אפהאקן די פיס אזוי ווי די תורה פארלאנגט.

ווייסט איר וואס? איך באלאנג אויך נישט און סדום. אויב אזוי צו טראכטן איז דער פרייז פון הייסן משלנו, אן אונזעריגער וואס מעג הנאה האבן פונ׳ם בעטל, דעמאלטס וויל איך עס נישט באצאלן. מחנו נא מספרך! מעק אויס מיין נאמען פון ״אנשי שלומינו״ און לאז מיך מיט מיינע אנשים נשים וטף גיין פאשען מיט די שפלים ונבזים. ניין, איך בין מער נישט מקרב המחנה! מחנו, און פארטיג!

שרייבט,
א שפל ונבזה, געוועזענער חסידישער יוד
I post, therefore I am

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר