א בריוו צו מיין מלמד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:45 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1427 מאל

א בריוו צו מיין מלמד

שליחה דורך ממי_שאמרו »

ווען איך בין געווען א אינגל אין כיתה ז' און ח', און איך פלעג שוין דאווענען שחרית אין חדר, נאך די לאנגע שחרית וואס דער בעל תפילה האט געדארפט ווארטן ביז דער מלמד וואס דאווענט די לענגסטע ענדיגט זיין פסוק, און איך דארף ענק נישט מסביר זיין ווי אומ'בעטמ'ט די פרישטאג איז געווען אין חדר, צו די אייערשפייז וועלכע איז גערינען און געשווימען אין אויל, צו די הארטע איי וועלכע האט געלאכט צו מיר און געזאגט: איך געדענק נאך ווען דיין זיידע איז אומגעקומען קיין אמעריקא האט ער מיר שוין דעמאלס נישט געוואלט עסן ווייל איך בין שוין דעמאלס נישט געווען פריש, און אזוי ווייטער. ביי די צייט איך בין שוין אריינגעגאנגען אין קלאס בין איך געווען אויסגעהינגערט אז יעדע אינגל וועלכע איז אריינגעקומען שפעט מיט א פלעק אויף זיין העמעד פון זיין פרישטאג אינדערהיים, פלעג איך טראכטן אין דמיון ווי אזוי איך האב די זעלבע פרישטאג מארגן און אזוי פלעג איך פראבירן זיך צו מחזק זיין און שטילן מיין הינגער מיט כוח הדמיון.

די רבי פלעגט אריינוואקן אין קלאס מיט זיין אויסגערוטן שמייכל און פארלערנען פאר 45 מינוט, דערנאך האבן מיר געדארפט חזרן. יעדן טאג האט זיך איבערגעשפילט די זעלבע מגילה, די רבי פלעגט זיך אויפשטעלן און אנטוהן זיין גרויסן ברייטן רבי'שן ביבער היט, און ארויסנעמען פון זיין שווארצע זעקל א בעיגל, מיט א קליינע טונא סאלאט, אבער ער פלעגט עס נישט ארויסנעמען אינגאנצן, כדי מיר קינדער זאלן נישט "וויסן" וואס עס ליגט דארט אינעם זעקל. ער פלעגט מיט אזא געשמאק אריינדרייען די בעיגל אינעם טונא, און אזוי זיך אריינבייגן אינעם זעקל און אזא ביס טוהן און מ'האט דאס געקענט הערן אינעם גאנצן קלאס. דערנאך פלעגט ער זיך אזוי שאקעלען בשעת'ן קייען אז מיר זאלן זיך איינרעדן אז ער איז פשוט דא מעלה נציצות הקדושים און ער טוט דאס לשם מצווה ולא להנאת גופי ח"ו.

מיינע אויגן פלעגן שיעור ארויסקריכן פון די לעכער זעהנדיג דאס, און איך פלעג טראכטן צו מיר: למען השם, דו האסט דאך די זעלבע 25 מינוט פאר פרישטאג אינעם העכסט געהיימן מלמדים שטיבל ווען קיינער גראגערט דיר נישט אין מוח אויפן מייק, פארוואס למען השם קענסטו נישט עסן דעמאלס???? פארוואס אין מיין נאז אריין??? און אזוי באטראכענדיג דעם רבי'ן אין מויל אריין, צושרייט זיך מיין רבי מיט אן אנגעפולטע מויל: ברוך! (נישט מיין עכטע נאמען...) פארוואס חזר'סטו נישט???????? פאר'ן פארהער ווען דו לייגסט אריין א דאלער אינעם פושקע אז דו זאלסט קענען, לייג איך אריין צוויי דאלער אז אויב דו האסט נישט גע'חזר'ט זאלסטו נישט קענען, און ער האט נאך א ביס געטוהן אינעם צישמירטן בעיגל.

רבי טייערע! ביז היינט ווער איך הינגעריג ווען איך טראכט פון דעם. האסט מיר באמת נישט געקענט אראפשיקן א שטיקל פינעם בעיגל ווי איידער דעם אויף פיר צושניטענעם קענדי וועלכע נאכן מעלה גרה זיין פאר 20 מינוט האב איך עס געקענט הערשט אראפשלינגען?
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.

דער אשכול פארמאגט 44 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר