פארוואס מען גייט נישט גיין צום "דיסטריקט אטערני"???

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

פארוואס מען גייט נישט גיין צום "דיסטריקט אטערני"???

שליחה דורך קאך_לעפל »

פארוואס מען גייט נישט גיין צום "דיסטריקט אטערני"???

דער פארגאנגענע וואך האב פאסירט און נ''י, א געוואלדיגע געשענעניש, וואס האט אויפגעטרייסלט דאס אלטוועלטליכע ארטאדאקסישע אידענטום, א טרויער האט באהערשט כמעט גאנץ כלל ישראל, יעדער וואס איז נאר רגלי אבותיו עמדו על הר סיני, האט תיכף געשפירט וואו דאס איז א צרות כלל ישראל, און נישט קיין צרות הפרט, וואו אזוי מאנכע ווילן עס אראפגעבן.

איז דא פראבלעם?

יא! יעדער ווייסט אז עס איז דא א פראבלעם, אז עס נעבאך דא מענטעשן וואס זענען קראנק, און זיי באגייען מעשים אשר לא יעשו.
די פראבלעם איז נישט פון היינט, די פראבלעם האט זיך שוין אנגעפאנגענען פאר 5773 יאר ציריק, הארט ביים וועלט באשאף.
די פראבלעם איז דא סיי ביי די גוים, און ליידער אויך ביי יודן.

וואו אזוי באהאנדלט מען די פראבלעם?

יודן האבן אלעמאל באהאנדעלט דעם פראבלעם, אינערליך, דאס הייסט, אז רבנים מיט ספעציעלע עסקנים, האבן אלעמאל געארבייט שטילערהייט צו באהאנדלן די דאזיגער פראבלעם, פארוואס איז מען טאקע נישט געגאנגען צו די פאליציי?

זייער פשוט! לאמיר זען וואס עס איז געשען ווען מען איז יא געגאנגען צו די פאליציי.

דאס האט פאסירט ווען מען איז יא געגאנגען צו די פאליציי.

די מעשה:

דא שטייט א מיידל וואס איז ליידער אפגעפארן פון יודישען וועג, דא שטייט א מיידל וואס איז אויסן פאר נקמה, ווייל מען האט איר געשטערט פון אנפירן א וואלגארישע לעבן, דא שטייט א מיידל וואס האט ערענסטע גייסטישע אומסטאבילקייטן, און מיט איר שטייט א גאנצע באנדע אפגעפארענע, וואס א חלק פון זיי אויב נישט אלע האבן שוין געטאן ערגערע מעשיות וואו נ.וו. האט כלומר'שט געטאן, און זענען פאריאגט געווארן פון אונזער געזעלטשאפט דירוך געטרייע עסקנים וואס זענען עוסק למען טוהר מחנינו, און פארציילט א מעשה, א נ.וו. האט איר געשעפעט.

און פון די אנדערע זייט שטייט א עסקן, וואס האט שוין באהאנדלט עטליכע טויזענט יונגע נשמות, פאר די לעצטע 30 יאר, און מען האט קיינמאל נישט געהערט קיין קיין מעשיות אויף אים. און אלע ערליכע יודן שטייען אונטער אים, און זאגט איין ווארט, להד''ם.

למעשה:

איז נישט דא קיין שום באווייז אז די מעשה וואס די מיידל דערציילט איז אמת, הן בדיני התורה, הן בדינא דמלכותא, דאס איז פשוט א א ווארט קעגן א ווארט, און אנדערע ווערטער: די ווארט פון א עסקן וואס אלע גאנץ כלל ישראל שטייט אונטער אים, קעגן די ווארט פון א פראבלעמאטיש מיידל, וואס איז אויסן פאר נקמה, וואס די שולי המחנה, דאס אפפאל פון כלל ישראל שטייט אונטער איר,

און וועמען גלייבט די דשזארי? וועמען גלייבט די מידיע? דעם עסקן? די ערליכע יודן? די רבנים? ניין! איר האט נישט צוגעטראפן!

זיי גלייבן דעם אפגעפארן מיידל!

זיי גלייבן די מיידל וואס איז שוין עוסק בדברים העומדים ברומו של עולם זייט די 12 יאר!

זיי גלייבן די מיידל וואס האט זיך סותר געווען ביי איר עדותשאפט!

זיי גלייבן דער מיידל, וואס האט געשווארן נקמה און נ.וו.!

זיי גלייבן די מיידל, וואס איז נעבאך אנגערייכערט מיט סמים וקטורת!

לאמיר גיין נאך ווייטער, און 1994 למס' האט O. J. Simpson קאלטבלוטיג ערמארדערט זיין ווייב, און עס זענען געווען הארטע באווייזן אז ער האט עס געטאן, דאך איז ער געגאנגען פריי, דער דשזארי האט האט אים פריי געשפראכן פון אלע קלאגעס, פארוואס? ווייל ער איז געווען א באליבטער פיגור ביי די אמעריקאנער המון עם, און די ליבלעראלער מידיע.

פארוואס האט דער דשזארי געפינען נ.וו. שילדיג אן קיין באווייזן? פארוואס שטייט די מידיע אויף די זייט פון די מיידל?

זייער פשוט די מידיע פרייט זיך ווען זיי קענען באשמיצן א ארטאדאקסישע יוד, צו די מעשה איז יא אמת, אדער נישט, די אמעריקאנער יוסטיץ דעפארטמענט ארבייט פול מער פאר די מידיע, וואו פאר יושר און גערעכטיקייט, זיי זענען נישטא אויסצוראטן די מנוולים, זיי זענען נישט דא צו מאכן אונזערע גאסן זיכער, זיי זענען דא פאר די מידיע, פאר גינסטיגע רעקלאמען פאר זייער פאליטישע אמביציעס,

נא? ווען איז גערעכט די רבנים און עסקנים וואס זאגן אז מען זאל קער נעמען פונעם פראבלעם אינערליך? אדער דער נח''ש הידוע שר''י, מיט די אלע מנוולים וואס שרייען אז מען זאל גיין צו די סיסטעם, און צו די מידיע?

איצט איינמאל איז מען ליידער אנגעקימען צו די יוסטיץ דעפארטמענט, און צו די מידיע. איז דען דער אמת ארויסגעקימען? איז דען דער יושר ארויסגעקימען? א יוד גייט זיצן און תפיסה, ווייל עפעס א זונה האט אויף געמאכן א מעשה אויף אים, ווייל ער האט איר געשטערט אנצוגיין מיט אירע געמיינע מעשים,? און כלל ישראל איז געווארן באשמיצט דירך די מידיע און דער גאנצער וועלט?

נא? ווען איז גערעכט די רבנים און עסקנים וואס זאגן אז מען זאל קער נעמען פונעם פראבלעם אינערליך? אדער דער נח''ש הידוע שר''י, מיט די אלע מנוולים וואס שרייען אז מען זאל גיין צו די סיסטעם, און צו די מידיע?

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר