"תניא" מאכט משוגע?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

"תניא" מאכט משוגע?

שליחה דורך קאווע טרינקער »

כ'וועל נישט מאריך זיין, דר'עולם איז פארנומען זה בכה וזה בכה, ואין בית אשר אין שם סטרעס, און ווי תמיד, די פרוי איז עומד ומצפה אז די מאן זאל אהיימקומען איבער נעמען איר פאזיציע פון "עקרת הבית", ע"כ וועל איך מקצר זיין כאילו איך וואלט געווען "פורטם".
"קולטור" אינטערשייד איז א מציאות. אפילו פון וויליאמסבורג ביז מאנראו. צענדליגע פרטים שטעלען אויס א כללית'דיג בילד פון א טיפישע "לאנדענער" "מאנסי'ער" וכדומה.
ס'אלץ געזאגט געווארן בנוגע "קולטור" וואס דאס איז אין קורצען "וואס ביי זיי איז נארמאל". הן לגבי עניני לבוש וואס דאס איז שטארק ניכר ביים ערשטען בליק, והן לגבי מהלך החיים, אויף וואס ס'איז דא קפידות אויף נישט, און וואס ס'איז נארמאל כאילו לא היה.
איך בין גאנישט מחדש, איך וויל נאר צוקומען צו דיזע שאלה
עטליכע גאסען אראפ LEE עווניא געפינט זיך א געגענט מיט'ן נאמען הויך-קרוין, ס'וואוינען דארט עטליכע 1000 ליובאביטשע חסידים, די צענטער פון שטאט איז פארשטייט זיך 770 דאס הויז און בית המדרש דער לעצטער נשיא האט געפראוועט.
זייט מיר מוחל, אבער צו טרעפען דארט א פשוט'ע נארמאלע מענטש איז נישט לייכט.
און יא, איך רעד דירעקט נישט פון די עזרת נשים, וואס ס'איז קיין ספק, אז קאלירען לערענט מען נישט אין בית חיה-מושקה, ווייל אויב יא וואלט דאס לינקע שיך גע'ענדילט מיט די רעכטע, און לאמיר נישט אריינגיין אין זייער אנגענומענע פסק הלכה, פון 4 אינטשעס העכער די קניא וכל הגורע מוסיף. - ניין, איך רעדט נישט וועגען דעם, ווייל ס'שמעקט אביסעל פון קנאה.
איך רעדט פשוט און פראסט פון די עזרת אנשים.
פארוואס זע'עהן זיי אויס אזוי צורידערט?
אין איין מנין מנחה קען מען אלעס זעהן.
איינער מיט א גרויסע רוק זאך בשעת שמונה-עשרה (נגד ההלכה), קיין הוט, אבער א גארטעל האט ער געזוכט און געפינען.
דער צווייטער האט קיין גארטעל נישט געהאט אויף זיך, האט ער זיך אוזר געווען מיט זיין שאהל. יא, נעבאך.
דער דריטער האט זיין הוט נישט אויסגעפיצט מיום קבלת עול התורה והמצוות.
דער פערטער האט אזעלעכע לאנגע האר, אז ס'ממש א גרויל. שיינקייט האט אויך גבולים.
דער פיפטער גייט מיט גאנץ א נארמאלע סוט, אבער די שיך? ווי א קוילען גרובער
דער זעקסטער, איך וויל נישט זאגן, אבער ער זעט אויס ווי א מלסטים את התינוקות. (ער שמעקט אזוי)

דאס זענען די ששה מתפללים, ס'גענוג פאר יעצט.
וויאזוי האט נאר די רבי גע'ענטפערט פאר'ן בעלזא רב שליט"א ווען ער האט ארויפגעברעגט סאטמער ביי א באזוך "מ'דארף ניט ריידען בגנותן של ישראל".

מיין שאלה איז, פארוואס מאכט לערנען "תניא" משוגע?
ס'קען זיין איך מאך א פעטאלע טעות, יתכן אז ווען זיי באזוכען 14 הופפער טרעפן זיי אויך נישט קיין נארמאלע מענטש. כ'ווייס נישט. וואס האלט איר?
Under influence

דער אשכול פארמאגט 55 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר