קופערניקוס מאכט א חשבון הנפש צום 100סטן בלאט אין די סומאטאכע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4109 מאל

קופערניקוס מאכט א חשבון הנפש צום 100סטן בלאט אין די סומאטאכע

שליחה דורך קופערניקוס »

לכבוד המאורע פון דערגרייכן דאס הונדערטסטע בלעטל אין דאס לענגסטע אשכול אין קאווע שטיבל, האב איך זיך געזעצט דורכנישטערן דעם לאנגן סומאטאכע אשכול. יא, די סומאטאכע איז גרויס, אבער איך בין אויפגעצויגן געווארן מיט סיפורים פון גדולים וואס האבן געענדיגט גאנץ מסכת בכורות אין איין נאכט ווען די קאפריז איז זיי אריין גאר שטארק..

אלזא, איך האב אן קוקן און עס שטעלט מיר זיך ארויס אז די שיטת השילוב, פון משלב זיין סופו בתחלתו איז אמת, א געפיל פון דא-דזשע-ווא נעמט מיר ארום. פון די ערשטע בלאט ווען מען שרייבט תמימות'דיג איבער א מסיבה אין קאנטינענטאל ווי די גוי'אישע מידיא האט זיך אנגערוקט און ענגלמאן שרייט, ביז די ענדע, ווען מען רעדט צו דערשאוויטץ נעמט אן די קעיס, האבן זיך זייער ווייניג מענטשן געטוישט די מיינונג.

יא, מען בלייבט ביים זעלבן. לויט די קלענערע גרופע יש אומרים זיצט נחמי' און שמייכלט זיך אונטער ווי א מאניאק, זאגנדיג, "אוי איז עס פיין געווען, אוי איז עס פיין געווען. יא, טורמע, א היבש טייערע פרייז, אבער אוי איז עס פיין געווען".

לויט די רוב זיצט ער אין זיין טורמע צימערל און זיין הארץ איז צובראכן, ער קוקט אויפן דאך און זוכט יוסטיץ, ער רייסט זיין אייגענע נשמה, ער פרעגט, וויאזוי קען עס זיין? וויאזוי קען א מיידל זיין אזא כפוי טובה און מיר אזוי באגראבן?

לויט טייל איז אונזער סיסטעם פערפעקט און די מידיא, די יוסטיץ סיסטעם, די גויים, די אפגעפארענע, און אפילו בן תמליון'ס געוועזענער מדריך אין צעלימער קעמפ, זענען אלע קארופטירט. לויט די זעלבע מהלך איז פראנקפורטער יא גוט, יעצט לעת עתה. עזרא פרידלענדער איז נישט גוט אויף די מינוט, פארקאש איז א גוטער לויער, יניב איז א שונא ישראל, און מענטשן ווערן זעלטן מאלעסטערט, און די וואס יא, וועט יודל שלעזינגער געבן א שארפן פסק, אדער גאר מאכן א שטרענגע פאוני קאלל און די זאך ווערט מסודר.

לויט טייל איז אונזער סיסטעם קראנק מכף רגל ועד ראש, ניטאמאל הצלה איז א גוטע אויפטוה, די גוי'אישע וועלט איז טויזנט מאל מער מסודר, עזרא איז אויטמאטיש גערעכט, פארקאש סאקט, פראנקפורטער איז אן אפארטוניסט, ווער ביי אונז עס איז נאכנישט געווארן מאלעסטערט איז ווארשיינליך א מאלעסטערער און יעדע ספק מאלעסטערער דארף ווערן איינגעגעבן צו די פאליציי.

אינמיטן פון די עקסטרעמע זייטן זענען געשטאנען די חכמי השטיבל, יאנקל און יידל, זיי זענען שטענדיג געבליבן ניכטער, כל רוחות שבעולם לא הזיזום, יאנקל ווי א סופרים קאורט הויפט ריכטער האט געלאסן און קלוג ווידערהאלט זיין מעסיגע שטימע, אביסל גענויגט מער צו די צווייטע יש אומרים; און יידל ווי א שטייפער פראפעסאר האט ערקלערט זיינע פוינטס אויף גאנץ אן ענליכן שניט. פשוט קאמפליצירט האט געזאגט זיינע קלוגע רייד ביי קאנטינענטאל, אבער ביים געריכט הויז האט ער שוין נישט געוואלט נעמען קיין שטעלונג. יואליש האט דא דארטן געשניטן שטיקער מיט זיין שארפע שפיזיגע פענע.

אני הקטן האלט אז דעא אמת איז אביסל אינמיטן. אונזער סיסטעם שטינקט, און די יוסטיץ סיסטעם שטינקט אויך; מיר נעמען נישט גוט קעיר פון מעלעסטעישאן, אבער דער תיקון השלם וועט נישט קומען פון נחום, נישט פון קיין שמוץ, נאר פון אינערליכע שינויים און אויסגעברייטערטע קעפ ; די גויים ווילן אונז נישט הרג'ענען, אבער עס איז מעגליך אז די נוא יארק פאוסט זענען געמיינע יונגען; ר' נחמי' האט א גוטע רעקארד, אבער מענטשן מיט גוטע רעקארדס קענען זיין מאלעסטערער; די מיידל איז א מופקרת, אבער מופקרות'ן קענען אויך זאגן אמת. די מיידל האט שטארק געוויינט, אבער פאלשע טרערן איז נישט קיין נאווינע; על כל פנים, איך בין נישט הייס אויף קיין איין זייט.

איחוד פעלד, א שטארקער שטיצער פון צד ב', איז פאר עטליכע שטונדן געווארן פון א צוויי און דרייסיג יעריגער יונגערמאן, פארוואנדלט צו א צוויי און זעכציג יעריגער מיטן נאמען וואלצער, און דעריבער האט ער זוכה געווען צו זיין דער יחיד וואס איז עולה צו די תוכחה.

פאר א קורצע תקופה איז פונעם ווייטן וואסער ברונעם געקומען צו לויפן יאסעלע דער וואסער טרעגער, אבער ווען ער האט געזעהן אז נישט יעדער קויפט זיין וואסער פאר גוט געלט, האט ער אויסגעגאסן די מים המאררים און געלאפן צום מקום ווי מיר זענען קריאת שמע און געשריבן אז מיר זענען אלע כופרים. די שאלה איז צו אויב דערשאוויץ וועט אננעמען די קעיס וועט ער צוריקקומען און פארגעסן די כפירה, אדער אפשר וועט ער זיך א נאמען געבן יאסעלע האלץ האקער.

איך בין א גרויסער שטיצער פון בן תמליון, זיינע שיר השירים'ס זענען מיר צוגאנגען אין אלע גלידער, איך האב שוין לאנג געוואלט זיך באקענען מיט דעם וואונדערליכן קריטשור, און דא, ב"ה ביי די פרשה, ווייס איך שוין אביסל איבער אים, אז ער האט זיך געפאשעט אין די צעלימער מחנה, איך נישטער זינט דעמאלטס אין די צעלימער ארכיוון צו טרעפן אינפארמאציע איבער די תמליון פאמיליע וואס האט אריינגעשיקט אהער זייער קינד.

און יעצט איבער אונזער טייערן פריינט זר זהב, אונזער באליבטער חתן השטיבל, דער וואס האט אונז אלע אזויפיל משמח געווען, אונטערגעהאלטן און באגלייט מיט זיינע אייביגע תגובות. ביי אים האט זיך ארויסגעוויזן אז אויסער זיין קאפ, פארמאגט ער א הארץ. א גרויסע הארץ. ער האט ממש געבלוטיגט, עס האט אים וויי געטון די מצב פון נחמי', און האט גענומען גאר פערזענליך די מצב. לאמיר האפן אז די גאנצע מעשה וועט נישט אפעקטירן די לאנגיעריגע קשר של קיימא צווישן קאווע שטיבל און זר זהב, לא נתנשי מיניה ולא תתנשי מינן.

צווישן אלע זאכן איז ארויסגעקומען אסאך כשרון, יידל האט געווארפן מיט שואל ומשיב'ס, יאנקל האט געווארפן מיט לעגאלע הסברים, ראשעקאל האט אונז באגאסן מיט צייטונגען, געפילטע פיש און קאווע טרינקער האט געווארפן זייערע קלוגע און שארפזיניגע תגובות, דבילה האט פון צייט צו צייט זיך אנגערופן ווארעם מיט דברי חכמה (ביי די וועי, ווי איז דער געטרוקנטער פייג לעצטנס?) הדד בן בדד האט דא דארטן תורם געווען זיסע רייד, ווען אוטספאוקען האט זיך אנגעטון א פאליציי אוניפארם איז ער אויך געווארן דא גאר א שטארקער דעה. לאמיר נישט פארגעסן ידען, דעם שטילן חכם וואס מאכט זיך ווי א בלויזער שואל, אבער איז א חצי תשובה, האט געעפענט דעם אשכול און דא-דארטן אריינגעווארפן אפאר תגובות מיט טעם. די נייע דור חכמי השטיבל ווי יאיר, לעיקוואד און נאך עטליכע זענען געווארן אקטיוו ווען די אשכול האט שוין געהאט שתי שערות, און זייערע הערות זענען שיין קענטיג.

די סומאטאכע אשכול איז געווען אזוי שטארק, אז געוויסע צימעס עדיקטס, וואס זענען נאר דא בלויז להגן על רבותיהם ולעשות רצון צדיק, האבן זיך אריבערגעפעקלט צו לאזן הערן מיינונגען בדברים העומדים ברומו של קאורט הויז.

אינמיטן די גאנצע אשכול קומט בנימין פרענקל און שרייבט קלארע דיבורים "חתוך את צואת השור", אוי, דאס איז וויכטיג געווען, ווען ווערטער קענען ווען שניידן, ווען אלע שור אפפאל גייט ווען אראפ, וואלט די סומאטאכע אשכול פארמאגט נאר צען בלאט...

די זאך גייט אזוי ווייט, אז א ליטוואק ווערט אן היימישער דורכאויס די גאנצע שערוריה, און מיר האבן דא א נייעם נכס צאן ברזל היימישער ליטוואק. אפשר א שכן צו לעיקוואד.

מיט יארן צוריק האט א פארשוין וויינגארטן זיך באקרוינט אלס לעמאן דזשוס, און א גאר גוטע זאך איז ארויסגעקומען דערפון אז מיר האבן באקומען דא אין שטיבל א געשמאקן פעסטן חבר, ר' לעמאן דזשוס. געמיינט האב איך אז ער איז נאך איינער פון די עריות שבחבורה, וואס כבולעו כך פולטו, אבער ניין, ער איז פון די אריות שבחבורה!

פון לעגאלע, תורה'דיגע און פילאסאפישע נושאים איז מען אביסל געגאנגען צו פינאנץ, צו דן זיין וויפיל איז ווערט א יונג מיידל, וויפיל חמשים כסף איז, און צו לויט די תורה איז דא עפעס א גרעסערע עונש ווי חמשים כסף פארן מאנס ומפתה זיין.

צווישן אלע זאכן רעדט מען איבער הלכות ייחוד, הלכות עדות, איבער לייסענס פאר א טעראפיסט, פרייזן פאר טעראפי, איבער מאלעסטעישאן, איבער אפגעפארענע קינדער און אלעס ארום.

ווען די דזשורי קומט צוריק מיט די שולדיג אורטייל איז א פחד. די מפקפקים בזכותו פון ר' נחמי' וואגן זיך נישט צו יובילירן; און זיינע הייסע חסידים ווילן זיך באוואפענען און ארויסגיין אין א קאמף קעגן אמעריקע. א אויפשטאנד איז פארמיטן געווארן די לעצטע מינוט.

ווי אויל צום פייער, בליטש צום אויג, און לעמאן דזשוס צום קאורט האוס, קומען צו די טוץ ארעסטן, פון מישקאלצער בני קדושים, אברמעלע רובין דער בעל אכסניה וואס ווערט שפעטער ביי זאב ברענער אויס בעל אכסניה, דער בליטש גיסער, לעמאן דזשוס, יאסעלע פליט און נאך אפאר אידן ארינגס און ארום, און דאס איז מבטיח די אריכות הגלות פונעם סומאטאטאכע.

אינמיטן פון אלעס קומען אריין אנשים פשוטים ווארפן אריין א אויסדרוק ווי "אבער דינא דמלכותא דינא?" און ווערן צומאלן "שוטה, מען האט שוין טויזנט מאל מסביר געווען אז..." אדער א קווינס בחור שרייבט "איניסענט אנטיל פראווען גילטי" און מען באוואשט אים "עס מיינט נאר אז..." דא דארטן קומט איינער מיט הייסע ווארע פון מקוה אז נחמי' האט אויך מאלסעטעט זיין זיידע ע"ה אין מקוה אין טרעזיענשטאט, און איך בין נישט מקנא וואס ער כאפט אריין פון זר זהב און בן תמליון.

די זאך גייט אזוי ווייט אז איחוד פעלד באשאפט א ספעציעלע חתימה אויף זיין נאמען, מיט האלב אוצר החכמה אויף דערויף. קומט דערנאך אוהב דעת און שרייבט א תשובה להלכה לסתור את דבריו, אין זיין אייגענע חתימה.

איך שוטה, קלער אז מען זאל אפשפארן די אשכול, אבער עס בלייבט אפן, און עס בליעט. איך בין מציע אז מען זאל מאדיפיצירן (קרעדיט: יידל פון די מאדיפיצירטע סעלמאן פיש) די אשכול און די ווארט סומאטאכע זאל מען העברעאיזירן צו "סומטחה" אבער, ווידער, דער שופט שרייט אויס "דענייד".

לויט "דער איד" איז אלעס נארישקייטן, דער עיקר אז מען זאל נישט ארעסטירן דעם חזון איש'ס רבי דוד שמידל. דער בלאט נעמט אריין א לעפל שטימעניש, און אפילו די הגיגים פונעם הגה"ק פון דער בלאט, אויפן פסוק הכזונה יעשה את אחותנו ווערט נישט געברענגט דארטן. ווידעראום די צייטונג האלט אז אונזער עקזיסטאנציאנאלע פראגע איז געוואנדן אין די דזשורי שערוריה.

שוין, ביני לביני, זעהט מען שוין דעם הונדערטער, א כברת דרך (יא, שירת ואני איז די וואך) איך רייב מיר שוין צו שרייבן אויף די הונדערטסטער בלאט, קומט א קוטשא-פאיע-נעקי (קרעדיט: קוני, עיין עוד באשכול העתיד להגיע למאה, על נחום ראזנבערג) און כאפט מיר אויס...

נו, וואספארא מוסר השכל נעמט מען ארויס פון די גאנצע הונדערט בלאט?

אז אויב ווילסטו זיין דער וואס שרייבט די ערשטע תגובה אויף פעידזש נומער 100 זאלסטו שטיין דארטן באצייטנס, טיפש!

דער אשכול פארמאגט 66 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר