איז גוט צו זיין צופרידן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 494 מאל

איז גוט צו זיין צופרידן?

שליחה דורך בדחן »

איך טרעף לעצטנס מיין חבר פון ישיבה, בתוך הדברים פרעג איך אים וואו ער ארבייט, האט ער מיר געענפערט אז ער ארבייט ביים רעדזשעסטער ביי XYZ גראסערי, איך גיב אים אזא קוק אן און איך זאג אים, דו? א גוטע פלייסיגע קאפ, צוזאם גענומענער מסודר'דיגער טויגליכער אינגערמאן, ביסט געגאנגען דארט ארבייטען כחמור למשא אן קיין פאטענשאל אויף גארנישט? בפרט ווען דיין טאטע האט אפאר דאלער און ער וואלט דיר געקענט העלפן טרעפן עפעס בעסערס? (נישט אז עס איז שלעכט צו ארבייטען אין א גראסערי, באט יענער איז גאר א שארפער אינגערמאן). ענטפערט ער מיר: איך בין צופרידן..! איך קאווער מיר און עס בלייבט נאך איבער עטליכע דאלער אין דער זייט, האבענדיג פוד סטעמפס, ממילא איז גוט ווי עס איז.

די מעשה איז נאר א משל, אבער יו געט די פוינט. א מסודר'דיגער קלוגער פיינער אינגערמאן וואס קען ווען זיין א גאר טויגליכער בעה"ב אדער האבן א גוטע דשאב מיט הויך געצאלטע וועדזשעס, האט נישט קיין קיין שאיפות צו גארנישט, דערפאר האט ער זיך געסטעלט צו זיין א גראסערי ארבייטער וואס דארט ארבעט מען כחמור לעבוד ולמשא, און ענד אף די געים זעט מען נישט קיין פעני.

כלפי מה דברים אמורים? עס איז א חסד השם אז מענטשן דארפן כסדר נאך און נאך און זיי זענענן נישט צופרידן מיט דאס וואס זיי האבן, דאס איז סיי לגבי רוחניות און לגבי גשמיות, וואלטן מענטשן געווען צופרידן און נישט געזוכט נאך וואלט נישט געווען נישט קיין רבי עקיבא אייגער, נישט קיין חת"ס, און נישט קיין דברי יואל, זכותם יגן עלינו, און נישט להבדיל קיין איינשטיין. די זעלבע איז אויך מיט גשמיות, אלמלא מענטשן וואלטן געווען צופרידן וואלט נישט געווען קיין B&H ווי הונדערטער אינגעלייט האבן פרנסה, עס וואלט נישט געווען קיין גאלעקסי און עס וואלט נישט געווען קיין עפל פירמע, אויך נישט קיין פאמעגרענעט גראסערי, ווייל יעדער וואלט געווען צופרידן מיט וואס מען האט.

יא, אמת אז איר גייט אריין און ראדני ביהמ"ד וועט איר אלץ הערן ווי אומצופרידן מען איז, דער וויל א גרעסערע דירה, דער וויל מער פרנסה, דער וויל א שענערע קאווע שטיבעל, דער וויל א גרעסערע תלמיד חכם פאר א דיין, און דער וויל א בעסערע מלמד פאר זיין זון, אבער דאס איז אלעס א חלק פון א מהלך החיים, וויבאלד זיי זענען צופרידן מיט זייער לעבנס שטייגער ווילען זיי אז זאכן און זייער לעבנס שטייגער זאלן זאכן זיין בעסער און שענער, אך און וויי וואלט געווען ווען יעדער אין ראדני וואלט געווען צופרידן, איר קענט זיכער זיין אז מען וואלט נישט געטוישט די מקוה וואסער נאר איינמאל א חודש.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר