"מידיע בייעס" אדער איז דער ציבור דא עפעס שולדיג?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
שלום דין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:11 am
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

"מידיע בייעס" אדער איז דער ציבור דא עפעס שולדיג?

שליחה דורך שלום דין »

נעכטן האט א איד געבעטן אין אנדערן אשכול צו איך קען איבערזעצן דעם פאלגענדן ארטיקל, וועלכע איז ערשט געדריקט געווארן אויף "אנפייעס" אין ענגליש. היות איך בין ניי דא, און אויך (אפשר) בלויז א גאסט, האב איך מיר געקווענקלט צו עפענען א נייער אשכול, און אנהייבן א שמועס אויף א הייקעלער ענין. איך האב זיך אבער גענומען דאס מיה און איבערגעזעצט ווייל לענ"ד איז עס א וויכטיגער ענין—און ווי דער ארטיקל גיבט אן, איך אויך האב ברודער, שוועסטער, און קע"ה זיסע קינדערלעך אין חסיד'ישע קרייזן, ממילא איז עס נוגע אל לבי.

איך פארשטיי אז עטליכע וועלן דאס זען אלץ אן אטאקע אויף די חרד'ישער וועלט. אין טייל געב איך זיי גערעכט. אבער דער סוף פסוק איז: דא איז דא א מיינונג וואס איז אפשר נישט פאפולער אבער עס איז כדאי צו הערן.

"מידיע בייעס" אדער איז דער ציבור דא עפעס שולדיג?

סאטמאר זעהט זיך אלס קרבן אין דער וועבערמאן געשיכטע. דאס ברענגט אויפ'ן געדאנק דעם מאמר חז"ל: "מעשיהן כמעשה זמרי ומבקשין שכר כפינחס."

פון דוד לערנער
31 דעצעמבער 2012

"דער מענטש וואס לייקנט צו זיך אליין ווערט דאס גרינגסטע פארדראסן." –פיאדאר דאסטאיעווסקי, די ברודער קאראמאזאוו

די גמ' ברענגט (סוטה כב:) אז דער קעניג אלכסנדר ינאי האט געווארנט אמאל זיין ווייב: די איינציגע וועמען מען דארף פארכטן זענען פאלשע-פרומאקעס. "מעשיהן כמעשה זמרי ומבקשין שכר כפנחס," האט ער געזאגט, און דאס איז געקומען אויפ'ן געדאנק נאך דעם וועבערמאן געריכט און די אויסטערלישע פרואוון פון סאטמאר זיך פארצושטעלן אלץ דעם אמת'ן קרבן.

נחמי' וועבערמאן איז געפונען געווארן שולדיג אויף 59 קלאגעס, אריינגערעכנט ******** באלעסטיגונג פון קינדער, און דאס פארלגענדע איז איצט פולשטענדיג קלאר: די סאטמאר חסידישע געמיינדע, היינט צו טאגס, באשיצט און פארטיידיגט 'אביוזערס' פון קינדער. דאס איז מער נישט קיין נושא פאר א וויכוח; עס איז אן אומאפווענדיג פאקט.

סאטמאר'ס רעאגירונג צו די לעצטיגע געשעענישן איז באמת ערשטוינענד. דער עולם באקלאגט זיך אז מען האט זיי אפגעמאלן אין די מידיע אומ'יושר'דיג. זשורנאליסטן און שרייבער, טענה'ן זיי, זענען 'בייעסד' און ניצן אנטי-סעמיטישע לאזונגען און באגריפן. אבער דאס מערסט-פארשפרייטע קלאג איז אז מען האט געשטעלט דעם גאנצן ציבור אין געריכט—נישט קיין יושר! וועבערמאנ'ס אייגענער אדוואקאט, דשארדש פארקאש, האט זיך באניצט מיט דעם פאלשן טענה אין זיינע עפענונגס-רייד ביים געריכט, אנגעבנדיג אז דער וויקטים האט "שטארקע נקמה-געפילן און ברענענדיגע כעס... אנטקעגן נחמי' וועבערמאן, און [פרובירט] דורכדעם אונטערצוברענגען די גאנצע געמיינדע וואס האט אים געשטיצט און אין וועלכע ער איז א מיטגליד."

אין אן אינטערוויו מיט דעם פארגרוילטן "עמי" מאגאזין, האט פארקאש דאס אלעס איבערגע'חזר'ט, און געטענה'ט בעצם: די דזורי האט נישט באקומען דעם גאנצן אמת, איך קען אייך אבער נישט דערציילן וואס דאס איז. מען קען אפשר מוחל זיין דשארדש פארקאש; ער איז אן אדוואקאט געדונגען צו פארטיידיגן זיין קליענט. איך וויל זיך אבער יא שטעלן אויף דאס פאלגענדע פעסטשטעלונג זיינע: "איך מיין אז זיי [סאטמאר] האבן א רעכט איר נישט צו טרויען."

מיט די ווערטער איז פארקאש געגאנגען ווייטער פון בלויז פארטיידיגן וועבערמאן. מיט דעם האט ער בעצם בארעכטיגט די אנשרעקענישן וואס זענען פארגעקומען פאר'ן געריכט-פראצעס, און איבערגע'חזר'ט די נארישע טענה אז "דער גאנצע סאטמארער ציבור איז געשטעלט געווארן צום געריכט."

אויב איז דא עפעס ממשות אין דאס גראנדיעזע טענה, איז עס נאר ווייל סאטמאר האט זיך אריינגעשטעלט אין דעם פראצעס מיט זייערע אייגענע פעולות. זיי אליין האבן זיך געשטעלט אין געריכט. לאמיר איבערקוקן וויאזוי דער היימישער ציבור האט רעאגירט צו די באשולדיגונגען אנטקעגן וועבערמאן.

אויף מאי דעם 16טען, האט מען פאררופן א העכסט-פובליצירט און ברייט-אנטיילגענומענער געלט אקציע לטובת וועבערמאן, א פארשוין וואס איז באשולדיגט געווארן אין רשעות'דיגע מעשים מנוולים. עס איז באריכטעט געווארן אז זיי האבן געזוכט צו קלויבן $500,000 פאר וועבערמאנ'ס פארטיידיגונג. די פאבליצירונג איז אפשר אין טייל געווען צו פארדאנקען די וויקטים-שטיצערס וועלכע האבן פראטעסטירט ביי דעם אווענט, אבער סאטמאר האט נישט געפרואווט צו באהאלטן דעם אקציע. מודעות וועגן דעם אווענט זענען פארשפרייט געווארן אין אלע וויליאמסבורגער גאסן. דאס אז זיי האבן קלאר געוואלט פאבליצירן זייער שטיצע פאר וועבערמאן איז נאך מער קלאר געווארן דורכדעם וואס זיי האבן געדונגען אן אומגגבילדעטער פאבליק רילעישענס כמו-מומחה, א מענטש וואס זיין טוויטער ביאגראפיע פארמאגט דעם שפאטישן פאלשהייט: "מיינע מיינונגען זענען באזירט אויף פאקטן, נישט אידיאלאגיע." מיט זיין אייגן סארט קאפ-פארדרייעניש, האט ער פארזיכערט די מידיע אז דאס איז אלץ נאר אויף צו פארזיכערן יושר און גערעכטיגקייט און דאס אמעריקאנער שטייגער. ( זיי האבן ווארשיינליך פארקוקט אויף דעם אמעריקאנער מסורה פון גערעכטיגקייט פאר'ן וויקטים.)

בלויז עטליכע וואכן שפעטער איז קלאר געווארן אז געוויסע פארשוינען זענען גרייט געווען איינצושטעלן גרויסע סכומים אויף פטור צו ווערן פון דעם גאנצן עסק. פיר חסיד'ישע אינגעלייט זענען ארעסטירט געווארן אויף שוחד אנקלאגעס: זיי האבן געפרואווט אונטערצוקויפן די וויקטים, איר שטיל צו מאכן אדער צו פארשיקן, מיט $500,000. עטליכע וועלן טענה'ן אז די אינגעלייט האבן געארבעט אליין, אז עס איז נישטא קיין קשר צווישן זיי און די געלט שנארעריי. איך פארלאז זיך אויף אינטעליגענטע, פארשטענדליכע מענטשן אליין אפצושאצן דעם ענין.

לאמיר איצט איבערקוקן וואס האט פאסירט צו די וויקטים אליין און איר פאמיליע אלץ א תוצאה פון אויסזוכן גערעכטיגקייט:

מען האט זיי מערערע מאל געסטראשעט מיט פיזישע היזקים.

מען האט זיי פארטריבן פון זייערע שולען און בתי מדרשים.

מען האט צו'מזיק'ט און בויקאטירט זייערע געשעפטן און ביזנעסער.

מען האט אויף זיי פארשפרייט לשון הרע'ס און רכילות, און אפגעשפאסט אלץ שפלים ונבזים.

נאנט צום ענדע פון דעם געריכט איז געקומען די נייעס אז קינדער אין חדר זענען רעקרוטירט געווארן מתפלל צו זיין לטובת וועבערמאן. מלמדים זענען אנגעזאגט געווארן צו הייסן קינדער מתפלל זיין פאר "העסקן החשוב" וועמען "שפלים ונבזים משולי המחנה האבן אויף אים מעליל געווען עלילת שוא." ליתר שאת, האבן די אנווייזונגען ציטירט פון שמונה עשרה—"ולמלשינים אל תהי תקוה"—און מרמז געווען דערביי אז וועבערמאנ'ס באשולדיגער קומט זיך, ווי די תפילה בעט, אז "כרגע יאבדו."

עס איז דא פיל מער אזעלכע פרטים: דאס עקזיסטענץ פון אן אנטאני-קאמסטאק-שטייגער וועד הצניעות, די פארלייקענונג פון דעם וועד'ס עקזיסטענץ דורך דער מנהל פון די מיידל שולע, די אנשרעקענישן אויף די אנדערע וויקטימס פון וועבערמאן וועלכט פארכטן נאך דערווייל אנצוקלאגן אין געריכט, דאס פחדנות פון וועבערמאנ'ס אנאנימישער פארטרעטער אויף טוויטער און אנדערע מיטלען פון סאציעלע מידיע, און פיל נאך.

דאס אלעס ווייזט קלאר און דייטליך אויף איין החלטה: נחמי' וועבערמאן, אן אנגעקלאקטער אויף חי'שע מעשים מנוולים אויף קינדער, האט באקומען ברייטע שטיצע פון די קאמיוניטי.

און נאך אלץ שרייען זיי: "דעם גאנצן ציבור האט מען געשטעלט אין געריכט!"

הייבט זיך נישט אן. מען האט קיינמאל נישט גענומען דעם ציבור אויפ'ן צימבעל—ביז זיי האבן זיך אליין ארויפגעשטעלט.

מען פארגלייכט אפט מענטשן וועלכע שרייען שקרים צו דאס אינגל וואס האט געשריגן "וואלף!" דער געווענליכער נמשל איז אז אויב וויל מען יענעם פאר'נער'ן איז נישט כדאי איבערצו'חזר'ן דאס זעלבע ליגנט נאכאמאל און נאכאמאל. ווארשיינליך טוט דאס סאטמאר נישט פארשטיין, וויבאלד איינס פון זייערע מנהיגים (מהר"א) האט זיך פאררופן אויפ'ן וויקטים אלץ "זונה"—אן אלטגעזעסענער מיטל פאר די וואס באשולדיגן די קרבנות אליין אויף דעם וואס זיי האבן מיטגעמאכט. אין דעם פאל איז אבער דער נמשל נישט פאסיג אינגאנצן: אין אייסאפ'ס קלאסישער משל, האט דער אינגל וואס האט געשריגן "וואלף" נישט אליין צוגעפירט דעם וואלף צו די סטאדע שאף. דאס זעלבע קען מען אבער נישט זאגן אויף סאטמאר. סאטמאר אליין האט צוגעפירט דעם קרבן צו איר אטאקירער, און דערנאך זיך שטאלצירט מיט אים באשיצן און פארטיידיגן.

סאטמאר האט געהאט אן עכטן וואלף און האט עס איגנארירט, און דערנאך האבן זיי געקלאגט אויף אן איינגערעדטע וואלף: די דרויסענדע וועלט און די מידיע. דאס איז נישט מער ווי א חרפה און א בזיון.

נאך אלעמען, זענען מיר אלע אליין אחראי אויף אונזערע מעשים; איך האלט נישט אז דער ציבור איז שולדיג אויף מעשים פון א יחיד. אבער חרד'ישע אידן דארפן זיך אביסל מתבונן זיין אויף וויאזוי זיי, אלץ א ציבור, באהאנדלען די אנשים רעים וחטאים אין זייער אייגן מחנה. עס עקזיסטירט אזא זאך ווי 'אביוז' און עס איז אן ערנסטער ענין. דאס פארבאט פון מסירה, ווי הרב אליהו פינק האט געשריבן לעצטנס, איז נישט נוגע היינט אונטער געווענליכע אומשטענדן. בתי דין האבן נישט די מאכט צו באהאנדען ******** באלעסטיגער, דאס זעלבע ווי זיי האבן נישט די מאכט צו באהאנדלען גנבים און מערדערער—אויסער דאס איינציגע מאכט וואס מיר אלע האבן: זיך צו ווענדן צו די אויטאריטעטן. ווי שנעלער דאס וועט אנערקעט ווערן, אלץ בעסער וועט זיין פאר קינדער און פאר'ן ברייטערן ציבור. דער מצב קען זיך נאר טוישן ווען מענטשן פון היימישע קרייזן וועלן האבן די קוראזש זיך אנטקעגנצושטעלן די געזעלשאפטליכע טאבוס און אנהייבן דורכצורעדן די ענינים מיט אן ערנסטקייט און אנמעלדן די פאליציי אין פאל פון א פאסירונג פון אביוז. אנצוהאלטן דעם סטאטוס-קווא וועט נאר ברענגען אז די סכום קרבנות וועט אלץ מער וואקסן.

צום לעצט, עס איז נישט קיין סוד אז פילע (אבער ווייט פון אלע) פון די עסקנים לטובת די וויקטימס זענען או.טי.די., אפגעפארענע פון ארטאדאקסישן אדער חרד'ישן וועג. די מענער און פרויען, און איך בתוכם, ווערן אפטמאל געפרעגט: "וואס גייט עס דיך אן?!" אין אנדערע ווערטער: האסט זיך אפגעטראגן פון אונזער געמיינדע, גיי דיר לחיים ולשלום, פארוואס מישסטו זיך נאך אין אונזערע געשעפטן?! די טענה איז בעצם דאס וואס יעדער טיראן טענה'ט קעגן זיינע קעגנער וואס זענען פון אים אנטלאפן, און איז נישט מער ווי א מיטל צו פארדרייען דעם ענין. דאך, אלץ א געוועזענער חסיד און אן איצטיגער או.טי.די., טו איך אנבאטן דאס פאלגענדע:

מיר זענען ערצויגן געווארן אין די זעלבע קהילות. די וויקטימס זענען אונזערע שוועסטער, אונזערע ברודער, אונזערע חברים—און אפטמאל אונז אליין. מיר קענען פערזענליך פילע וויקטימס פון אביוז וואס האבן מורא זיך אנצורופן אויס שרעק פון ווערן פארזידלט דורך זייער ציבור אלץ תוצאה דערפון. יא, עס איז ריכטיג, מיר נעמען מער נישט אנטייל אין אייערע רעליגיעזע מיינונגען, מיר זענען אבער נאך אלץ ברודער און שוועסטער. מיר זעען דאס באשיצן פון אינגע קינדער אלץ איינס פון די אוניווערסאללע ווערטן. מיר קענען דעם ציבור און אירע שטעלונגען פון די נאענט; מיר זוכן איר נישט חרוב צו מאכן, מיר זוכן נאר אז זיי זאלן מער שיצן אויף די אינגסטע און שוואכסטע צווישן זיי—אזא שיצונג וואס פילע פון אונזערע ברודער און שוועסטער האבן נישט באקומען אין דעם עבר.

דאס איז די סיבה פארוואס עס גייט אונז אן, דאס איז די סיבה פארוואס אונז מישן זיך, און דאס איז די סיבה פארוואס מיר וועלן נישט שטיל בלייבן.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר