מענטשן וואס זענען OTD און זייערע מאטיוון

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
שלום דין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:11 am
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

מענטשן וואס זענען OTD און זייערע מאטיוון

שליחה דורך שלום דין »

אפגעטיילט פון דא.

אחיי ורעיי – מ'האט דערמאנט דא מיין נאמען, פיל איך זיך אביסל פארפליכטעט זיך אנצורופן...

[...]

דריטנס, איך וואלט געראטן – אדער אמווייניגסטנס געבעטן למען האמת – אז שפעקולירן אויף די סיבות פארוואס איך אדער א צווייטער איז אראפ פון וועג איז, ווי מ'זאגט, א fool’s game. (ס'איז, למשל, נישט דא קיין לחלוחית פון אמת אין דאס וואס איינער האט געשריבן בנוגע א טעם און א שמחה אין א יום טוב. איך וועל אייך זאגן אפן, אן קיין בושה, אז דער טעם פון לערנען אור החיים הק' פרייטאג צונאכטס האב איך אין די פרייע וועלט נאכנישט געפונען.) איך קען גערן אריינגיין אין מער פרטים, אבער דער פארום איז מסתמא נישט דאס פלאץ פאר דעם.

דאס זעלבע גייט פאר שפעקולירן אויף מאטיוואציעס. ס'איז אפשר לעכערליך צו ענטפערן פאר די וואס שרייבן " ש.ד וכל כת ה'אן-פיאות ווילן זען יעדן חסיד אדער פריי אדער אין גאז קאמער." אבער אויף אזעלכע טענות ווי: "דער אמת'ער סיבה ווייל זיי הענגען זיך אויף שוואכקייטן פון די חרדים צו פילן אביסל גוט אז זיי זענען נישט א חלק פין די כלל מער..." איז אפשר יא כדאי אנצומערקן.

אויב וויל איינער הערן פאפ-פסיכיאלאגיע, קען איך טרעפן "אמת'ע סיבות" אויף יעדן וואס האט מיט מיר חילוקי דעות. אבער ס'איז מיר ענדערש צו רעדן פון פאקטן וואס איך קען ווי איידער איינגערעדטע שטויות ווייל עס פילט זיך מיר בעסער אזוי. ס'איז מיר אלץ א פלא אז פון אונזער עם חכם ונבון זענען דא אזעלכע חכמים וואס מיינען אז יעדע בויך סברא וואס מ'הערט אין מקוה מוז זיין אמת. אז איר ווילט וויסן "אמת'ע סיבות", פרובירט אביסל מער אריינקלערן, אבער צום אלעם ערשטן, פרובירט פרעגן פון יעניגן וואס איר בארעדט. אויב ווילט איר נישט הערן, געזונטערהייט. אבער זייט מודה אז איר קוקט אוועק פון רעלעוואנטע אינפארמאציע און ממילא וועט אייך פעלן אין די בויך סברא.

צום לעצטנס, א טיפן דאנק אייך ר' בערל בעל עגלה און ר' לעמאן דזשוס פאר די מעסיגע דיבורים בנוגע אני הקטן. איך האב נישט צופיל תרעומות אויף די העסערס און העצערס. איך האלט ס'קומט פון פונדאמענטאלע טעותים, אבער איך פארשטיי פון וואו עס קומט. ס'איז אבער אלץ מער צו אנערקענען ווען איינער רעדט אויף די ענינים דברים של טעם. תשואות חן לכם.

דער אשכול פארמאגט 336 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט