מעג א חסיד'ישע איד ארבייטן צווישן אדער מיט פרויען/מיידלעך?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 471 מאל

מעג א חסיד'ישע איד ארבייטן צווישן אדער מיט פרויען/מיידלעך?

שליחה דורך קרעקער »

(גארנישט מיט וועבערמאן)
איך האב שוין אסאך געטראכט וועגען דעם און כ'וויל הערען וואס דער עולם האלט
איך האלט אז אויב מ'ארבייט מיט מיידלעך איז זייער שווער זיך איינצוהאלטן, כמעט נישט מעגליך נישט דורכצופאלן.
דעס איז אויכעט א פשוט'ע גמרא, אין אפוטרופוס לעריות (פימפל, נאו ארגומענטס).
יעצט פרעג איך ענק, איז דא א מענטש וואס קען זאגן פאר זיכער אז ער וועט נישט דורכפאלן?

באמת פאר גוים קען עס זיין גרינגער ווייל זיי וואקסען אויף בתערובות {ליידער}, זיי גייען אין סקול צוזאמען און זענען פרענדס יונגלעך מיט מיידלעך, אבער פרומע יודן וואס זענען סעגרעגירט פון ווען די ציין וואקסט ארויס איז כמעט נישט מעגליך זיך איינצוהאלטן, סיי ווען מ'ארבייט אין א סקול און מ'האט צוטריט פרייוועט צו מיידלעך, און סיי שלום בית מענטשן, און סיי וועד הצניעות וואס רעדן פרייוועט מיט פרויען, מעגליך אפילו רבנים אויכעט (כל הגדול מחבירו יצרו גדול), און יא אויכעט פלעינע מענטשן וואס ארבייטן מיט מיידלעך און ווייבלעך אין אפיסעס (מי יגלה עפר מעיניך אדמו"ר מקאשוי זי"ע).

וואס איז די עצה?
נישט דא קיין עצה, אדער סעגרעגירט מען אונז נישט, און מהייבט אן לערנען בתערובות פון די דריי יאר ביז די חתונה, אדער בלייבט מען סעגרעגירט ביזן טויט, א חסידישע מאן טאר נישט האבן קיין פרייוועט שייכות מיט קיין פרוי.

דאס איז א לינק פון דע וואך אין מעריב, פון א רב פון א סעמינאר וואס מען האט געכאפט די וואך מיט א פרוי:

http://www.nrg.co.il/online/11/ART2/425 ... o.facebook
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר