היימישע מייקרי שער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קליינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:06 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

היימישע מייקרי שער

שליחה דורך קליינער »

אן אלטער פראבלעם וואס ווייטאגט מיר שוין א צייט און איך וויל עס דא אביסל אויסשמועסן.

ליידער איז קיין בית דין כשר בישראל כמעט נישט פארהאנען און די מיטלען אפצושטעלן דעם פארברעך איז נישט דא. דעריבער איז פאסיג עס דא אויסצורעדן.

דער ענין איז איבער די מייקרי השער, די וואס שרויפן ארויף די פרייזן בלויז פאר די איינע סיבה, ווייל ״מען קען״, און דער וויי געשריי וועט נישט דערהערט ווערן.

איך וועל אנהייבן מיט עטליכע ביישפילן, און דערווייל נישט שרייבן קיינע נעמען ווייל איך וויל לאזן א מקום אז מען זאל מיר אפפרעגן נאך איידער מען וועט מקיים זיין דעם והוקע אותם נגד השמש.

איז טאקע ריכטיג אז ווייל א היימישע קאמפאני האט דעם מאנאפאל און מאכט א גוטער פראדוקט, עסן אדער משקה, אז זיי זאלן מעגן רעכענען הימל׳דיגע פרייזן דערפאר?

איז ווייל א געוויסע קאמפאני האט די ברכה פון יענעם גרויסן צדיק, א גענוגנדע בארעכטיגטע סיבה צו רייסן די טאשן פון ארימע אידן וואס האבן נישט די מעגליכקייט צו צאלן דערפאר ווייל זיי האבן נישט קיין פיי סאמעך?

איז דער תירוץ פון דעוועלאפערס אין היימישע געגנטער אז אויב דו ווילסט נישט צאלן די געשוואלענע רויבערישע פרייזן וואס מיר בעטן אייך פאר א נישטיג לעכל, דאן קויף נישט, א גוטער ענטפער וואס לייגט זיך אויפן שכל?
מיין שרייבן-צייט איז זייער באשרענקט, דעריבער, טו איך נישט איבערליינען, איבערשרייבן, מעקן אדער קארעגירן מיינע ווערק.
סליחה.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר