ווען שכל פירט צו פאנאטיזם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 1006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

ווען שכל פירט צו פאנאטיזם

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

דורכאויס דער אזויגערופענער "קולטורעלער רעוואלוציע" פון די 60ער און 70ער יארן, האט א ריזיגע צאל פון דעם אמעריקאנישן יוגנט זיך געקערט צו די מזרח טראדיציעס. אנטוישט אין דער פוסטקייט און אויבערפלעכליכקייט פון דעם מערב-וועלט לעבן, האבן יענע יונגעלייט געזוכט ספיריטואלן סיפוק אין די עקזאטישע לערעס און פראקטיקס פון בודאיזם און טאאיזם -- יאגא, מעדיטאציע, ספיריטואלע דערוואכונג, אא"וו.

זייער א סך אידישע יוגנטליכע האבן דעמאלט עקספערימענטירט מיט די מזרח קולטורן. דער לעגענדארער שלמה קארליבאך איז דעמאלט ארומגעפארן באזוכן בודאיסטישע אשראמס און דארט אויסגעזוכט אידישע קינדער, וועמען ער האט צוריקגעברענגט צום שורש. די גורוס פירן זיך אז ווען עמיצער קומט צו זיי ווערן א תלמיד, בייט מען יענעם דעם נאמען. קארליבאך האט אמאל דערציילט אז ווען ער פלעגט אנקומען צו אזא אשראם און פרעגן דעם עולם דארט זייערע נעמען, פלעגט ער באקומען נעמען פון אינדיע און דער קולטור דארט. פלעגט ער פרעגן צי דאס איז דער נאמען וואס זיי האבן באקומען ביים געבורט, אדער שפעטער, פונעם גורו. האט זיך תמיד ארויסגעשטעלט אז א שיינער פראצענט פון די מאנקס דארט "זענען געווען משהלעך און יאנקעלעך..."

די אידישע קינדער וואס האט געזוכט דאס גליק אין בודאיזם זענען בדרך כלל געקומען פון סעקולערע און אסימילירטע משפחות, וועמענס עלטערן אדער אור-עלטערן האבן קומענדיג קיין אמעריקע פון זיך אראפגעווארפן אידישקייט, וואס זיי האבן געזען ווי אפגעשטויבטע, אפגעלעבטע שיריים-איבערבלייבענישן פון אן אבערגלויביגן אמאל. זייערע קינדער, וועלכע זענען אויסגעוואקסן מיט דער אמעריקאנער קולטור, האבן אבער עווענטועל זיך געקערט צו בודאיזם, וואס איז באזירט אויף געדאנקען און מיטאסן וואס שטייגן ווייט איבער די מעשיות פון, להבדיל, דער תורה. אין בודאיזם זענען פאראן געטער מיט צען קעפ, וואס שלאגן זיך מיט געטער וואס פארמאגן פיר פאר הענט, אא"וו. די מלחמות און אקטיוויטעטן פון די בודאיסטישע געטער זענען סך פאנטאסטישער און עזאטעריש ווי די פון מסורת אידישקייט. אין פארגלייך צו בודאיזם, זענען די ניסים וואס דערמאנט אין אונזער תורה ממש ראציאנאלע, טאג-טעגליכע געשעענישן.

ס'איז טשעקאווע ווי די אידן וואס האבן גע'פטר'ט די "אומ'שכל'דיגע" אידישקייט דרך החיים, נאר אז זייערע קינדער זאלן זיך זיך אנטאן מאדנע רויטע קליידער, זיך געבן אינדיאנישע נעמען, זיך אפזאגן פון דער וועלט, און זיצן רוב פונעם מעת לעת מיט די פיס צוזאמגענומען, אויגן פארמאכט, ווארטנדיג אויף א השראה...

זעט אויס אז ספיריטואליסטישע איבערלעבענישן איז עפעס פון וואס די נשמה קען זיך זייער שווער באפרייען, און דער מענטש האט א ברירה אדער צו זוכן דעם "אוצר אונטער'ן אויוון", אדער פארן קיין קראקע און געוואויר ווערן אז ער דארף זיך אומקערן אהיים צו געפינען וואס זיין הארץ זוכט.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?

דער אשכול פארמאגט 39 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר