א שאלה צום רב

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

א שאלה צום רב

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג יאנואר 13, 2013 2:47 pm

אין אן עפאכע ווי עקסטרעמיסטישע מיינוגען און פאנאטישע געדאנקען דריננגען אריין אין אונזער קולטור, דורך די שפאלטענס פון אלע ערליי תוכן'לאזע אויסגאבעס וואס ערשיינען דבר יום ביומו, אדער דורך גריצילדיגע אודיע קאסעטן וואס באשטייען פון לאנגע דרשות וואס איז צומאל הויל פון אינעווייניג, און באפיצט מיט פאטאסזים און דעמאגאגיע פון דרויסן, דארף מען אמאל שטעלן זאכן אין פרעספעקטעוו.

הערט אן אויסטערלישע געשיכטע וואס האט ווירקליך פאסירט [נעמען זענען פיקטיוו].

זיצט אן עלטערער רב אין זיין ספרים צימער אויף א פארקרומט האלצענע בענקל, פארבויגן אין דרייען איבער אן אלטן גרויסע געל-וואקסענע שלחן ערוך, אין די זייט ליגט אן אפענער רשב"א, א פארמאכטער מדרש תנחומא, און א לאנג-אויסגעקילטע גלעזעל צימרינג טיי, וואס די רביצין האט אהער געברענגט שוין אן ערך פון א שעה צוריק, די שמעק פון צימרינג מישט זיך אויס מיטן גערוך, שטויב, און מילבן וואס קומט ארויס פון די פאליצעס אנגעפילט מיט ספרים פונעם ערשטן דרוק.

ער ברומט איבער די ווערטער פונעם מגן אברהם איינמאל און נאכאמאל, פרובירנדיג צו מאכן מיינונג פון זיינע ווערטער, קעמענדיג דערביי זיין לאנגע ווייסע מילך בארד, ער שפירט ווי די ווערטער ווערן פארוואנדעלט אין אותיות, די אותיות כאפן זיך איינע מיטן אנדערע און כאפן א טענצל, עס איז א טענצל אן א ריטם אפשר מער ענליך צו א געלויפאכטס, טראכטענדיג פין די פארשווערטע מצב הפרנסה ביי כלל ישראל.

זיינע מחשבות ווערן איבערגעריסן פון א קלאפ אויפן האלצערנע טיר.

חיים אביון שטייט ביים טיר, אפגעריסן און אפגעשליסן אזוי ווי אייביג, דאס יידישע דלות זינגט ארויס פין יעדעס מלבוש זיינע, די שיך צוריסן, די הענט פארשווארצט, און דאס פנים פול מיט קנייטשן.

דער רב נעמט עם אויף מיט ווארעמקייט ער זעצט עם אוועק אויף א אפגעראסטעטע בענקל, ער זאגט די רעבעצין זאל אריינברענגען איבערבייס מיט א גלעזל טיי פארן גאסט. דער רב איז שטארק מכבד חיימ'ען נישט פאר זיין תורה, נאר פאר זיין תמימות און ערליכקייט.

- רבי, כ'האב א שאלה.

דער רב לייגט ארויף זיין ווארעמע ציכטיגע האנט אויף חיימ'ס קויל שווארצע הענט, עס דאכט זיך חיים'ען פאר א מינוט אז זיין הענט ווערט עם אויך ציכטיג און ריין.

- פרעג מיין קינד, פרעג, זאגט דער רב מיט א שמייכל.

- די מעשה איז אזוי, פאנגט אן ר' חיים מיט א צובראכענע שטימע, איך ציה מיין פרנסה פון האנדלען מיט א גוי א גראביאן, א מגושם, עשו'ס אייניקל בן אחר בן, פארמאגט א מיאוס'ע שפראך און א היבשע אומאיידלע אויפירונג. איך אליין, זאגט ר' חיים, האב נישט אזא פראבלעם, כ'מאך זיך נישט וויסענדיג, כ'בין מסיח דעת און פטור אן עסק.

אבער דער פראבלעם איז אז איך אליינס טויג נישט האנדלען, איך בין א קנאפער מבין אויף די סחורות וואס דער גוי פארקויפט מיר, און אז ער וויל קאן ער מיר אפנארן אזוי אז איך זאל ארויסגיין נקי מכל. דערפאר האב איך אריינגענומען מיין טאכטער יענטל אין געשעפט, אה ב"ה, זי איז א בריה, זי איז א סחור'טע, איר קאן מען נישט אפנארן, זי איז ווערד אזוי ווי צען מענער.

זי איז אויך קניינע-הארע א יפת תואר, מענטשן זאגן זי איז געראטן אין די באבע שרה אמנו, לאנגע געלע לאקען, גרויסע העל בלויע אויגן, הויעך, שלאנק...

- נו, נו, האקט עם דער רב איבער, בקיצור..

- א קיצור, יענטל האנדעלט מיטן גוי, איך גיב אבער זייער אבאכט אז יענטל זאל נישט גיין אליין צום גוי, צוליב דעם שיק איך אייביג מיט איר מאמע, נישט ווייל יענטל איז חלילה נישט קיין צנועה אדער וואס, חס ושלום, זי איז א כשרה אן ערליכע, נאר איך וויל נישט דער גוי זאל זיין אליינס מיט איר, איר ווייסט דאך רבי, אז א יפת תואר פאר א גוי איז אזוי ווי א מייזל פאר א קאץ, אדער ווי א הערינג פאר א גערער.

- יא יא, נו, ווערט שוין דער רב אביסל אומגעדולדיג.

לעצטענס אבער איז דער גוי אריבער אלע גבולים, א יעדעס מאל מיין טאכטער ערשיינט ביי עם אין שטוב נעמט דער ערל איר ארום און צוקישט איר, ער צופירט זיך זיינע טמא'נע הענט ארום איר קערפער, פארשטייט זיך אז זי, ווי אן ערליכע צנועה, איז אים מדחה בשתי ידים. אין אנפאנג האב איך נישט געוויסט דערפון, ווי נאר כ'בין געוואויר געווארען אז דער גוי טוט מעשה תעתועים מיט מיין יענטל האב איך איר ג'אסר'ט, יענטל'ען, אז זי זאל מער נישט איבערטרעטן זיין שוועל. ווען דער גוי האט געזעהן אז יענטל קומט מער נישט, האט ער געשווארען ביי אלעס הייליג אז ער וועט מיך מער נישט מהנה זיין קיין פרוטה.

רבי, וואס טוט מען דא? איך בין נישט ביכולת מפרנס זיין מיין משפחה אן דער הילף פון מיין יענטל, מענטשן זאגן אז איך ברויך ליבערשט גיין מחזיר זיין על הפתחים און נישט חלילה שיקן מיין טאכטער אהין. נאך מער, זיי זאגן אז עס גייט אריין אין כלל פון לא תחלל את בתך להזנותה, עס איז יהרוג ואל יעבור, וואס זאגט איר רבי?


וואס טראכט איר, ליבע חברים, האט דער רב עם גענטפערט?

מען דארף נישט זיין קיין גרויסע בעל דמיון זיך פארשטעלן וואס ר' זלמן לייב ר' שלמה לייב ר' יצחק לייב וכו' וואלטן גענטפערט אזא איד. קודם וואלט זיי עם באגאסן מיט א קיתון של שופכים פארן בכלל אריינעמען זיין טאכטער אין געשפעט, כ'מיין וויפיל מאל דארף מען זאגן אז א מיידל באלאנגט נישט אין קיין אפיס אדער געשעפט, נאר אין א צוועלעפטע קלאס סעמינאר, עס איז ווי איינער זאל פרעגן וואס פאר א ברכה מאכט מען אויף א געבראטענם שטיקל חזיר.

אדער שטעלטס ענק פאר די שאלה קומט פארן דובנער מגיד בדורנו, וואס האט שוין לאנג אויסגע'פסק'נט אז ארבעטן אין א אפיס איז א פרייע רייזע בילעט צום שאול תחתית, ער וואלט זיך צוגעכאפט צו אזא מעשה ווי א זייגעדיג קינד צו א נאקעטע ברוסט, ס'טייטש, ס'איז דאך ממש הוא אשר דברנו, דאס איז די תוצאות אז א מיידל גייט ארבעטן, דאס איז דאך די שאול תחתית אליין.

דער אנדערער מיטן געבלימטע בעקיטשע, וואס זיצט אויף אויף קרח'ס פארמעגן, ער וואלט דאך גענוצט זיין גאנצע טאלאנט צו שאנטאזירן אונזער חיים מיטן כף הקלע אין הייסע אויל אנגעפילטע טעפ, ווי די מאמע דארף אליין אפקאכן דעם טאכטער.

איי וואס זאל ער טוהן אז ער האט א משפחה ברוכות ילדים, געבענטשט מיט קינדער און הונגער? ער האט שוין פראדוצירט מער ווי י"ב שבטי קה, און נישט דורך פיר פרויען נאר בלויז דורך אחת יחיד ויחידה, עס איז א בחינה פון עד שלא שקעה שמש של הילד החד עשר כבר זרח השמש של הילד העשתי עשר, עס איז טאקע מקוים געווארן ביים אים דעם בניך כשתילי זיתים סביב לשלחנך, אבער די איילבירטן זענען שווארץ און טריקן פון הונגער.

וואספארא נארישע שאלה, אויף דעם וועט מען אימפארטירן אזעלכע מאמרים ווי מאן דיהיב בני יהיב מזוני, מן השמים ירחמוהו, און ענליכס.


למעשה האט אים דער רב גענטפערט, ר' חיימ'ען, א פאנטאסטישע תשובה. הערט אין שטוינט:

- דאס וואס מענטשן זאגן דיר, חיימקע, אז עס איז יהרוג ואל יעבור, מן הסתם האבן זיי נישט געמיינט צו זאגן אז זי זאל זיך טאקע ממש לאזן הרג'נען, ווייל סוף כל סוף טוט זי נישט קיין שום מעשה, און זי האט נישט קיין הנאה, אין אזא פאל דארף מען זיך נישט לאזן הרג'נען [אזווי מען לערנט פון אסתר המלכה], מן הסתם האבן זיי געמיינט צו זאגן אז איר זענט מחויב צו גיין מחזיר זיין על פתחים אין נישט לאזן איייער טאכטער מער אהינגיין.

אבער, איך האלט, זאגט דער רב, אז דאס איז כלל נישט קיין אביזרייהו דג"ע, ווייל לא תחלל את בתו להזנותו מיינט זנות ממש, נישט פריצות בעלמא, און בפרט אז עס איז נגד רצונה, און צוליב דעם ביזטו נישט מחויב מפקיר צו זיין דיין פרנסה, און זיין א מחזיר על הפתחים.

וואס יא, לייגט צו דער רב, זי זאל ווייטער גיין מיט איר מאמע אזוי ווי ביז איצט, עס זאל נישט זיין קיין יחוד, אויך זאל זי זיך אהיים איילן דאס שנעלסטע וואס מעגליך. און טאמער מיט דעם אלעם וועט דער גוי זיך נאך אלץ לאזן וואויל גיין, ער העט זיך אנזעטיגן מיט פארגעניגען און תאוה, איז שוין נישט דיין עסק.

אויב קענסטו זיך אן עצה געבן דורך שווערער ארבעטן, למשל שלעפן באקסעס, תבא עליך ברכה, און אויב קענסטו טרעפן א צווייטן גוי פון וואו דו קענסט שאפן סחורה, ביזטו מחויב בדבר, אבער א מחזיר על הפתחים, דאס נישט! ע"כ המעשה.


כ'פארשטיי אז איר שטייט און שטוינט, כ'מיין ווי נעמט א רב בימינו דעם דרייסט מתיר זיין אזא הארבע ענין? נניח אפי' אז ער איז באמת איבערצייגט אז דער דין איז אזוי, אבער אין א דור וואס די מעסיגע רבנים טאנצן מה יפית פאר די עקסטרעמיסטן, און די מנהיגים זענן שדרה'לאז ווען עס קומט עפעס צו טוען כדי צו לינדערן דעם מצב הפרנסה ביי אחינו בני ישראל, אין א עפאכע ווי כוחא דהיתרא עדיף איז געבליבן ביים קרעפל פשעטיל אדער העכסטענס לגבי גזילת עכו"ם וכדו', און אויסער דעם ווייסט מען נאר פון המחמיר תבא עליו ברכה, ווי קומט עס אז א רב זאל האבן דעם ענערגיע קראפט זיך ארויסשטעלן אקעגן דעם גאנצע שטראם?

דער ענטפער איז אז די מעשה איז זיך נישט פארלאפן לעצטענס, נאר פאר א קנאפע פאר הונדערט יאר צוריק. און נישט אין וויליאמסבורג, נאר אין פראנקפורט. און נישט ביי א היינטיגן רב, נאר ביי אן אמאליגען רב: דער הייליגען חוות יאיר [כאפטס א בליק אין ח"א סימן ק"ו]. ס'איז געווען אסאך אסאך יארן פאר די עפידעמיע פין שדרה'לאז סינדראם האט אויסגעבראכן צווישן אונזערע מנהיגים.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 644
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2458 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2740 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:05 pm

איך געב א לייק, און צו מיין שטוינונג זע איך אז אונזער אלעמען באקאנטער בנימין פרנקל האט זיך קונה געווען בשינוי השם, ער איז נשפע געווארן פון די בייזע השכלה ווינטן און רופט זיך היינט "בענדזשאמין פרענקלין", ער איז שוין נישט דער פאנאטישער בנימינ'ל אדער יומ'טשיקל כתמול שלשום, ער איז שוין א בענדזשאמין מיטן שניפסל, די לילקע הענגענדיג פונעם אינטערשטען ליפ, מיט די פינציגע ספעקטיקאלן אויפן שפיץ נאז געבויגן אויף אראפ, אזש, נישט צום דערקענען.

שכויעך פארן שיינע מעשה, אבער איך וואלט אויך געזאגט פארן טאטן אז ער זאל מער נישט שיקן זיין טאכטער צום גוי, ער קען נישט מאכן זיין טאכטער דורכגיין סעקסואלע אביוז פאר פינאנציעלע סיבות, (חוץ אויב זי איז מסכים).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך געפילטע פיש אום זונטאג יאנואר 13, 2013 3:34 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7498 מאל

הודעהדורך ברסלבער » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:14 pm

א גוטע מעשה, און גוט אראפגעלייגט, כה לחי!
איך האב פרובירט צו זוכן דעם חות יאיר, צו זעהן פון אינעווייניג אותיות מחכימות, אבער אן ערפאלג.
אפשר קענסטו צולינקן צום מקור?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4017 מאל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:18 pm

בענדזשי, איי איי איי. אזא ביטערע מעשה וואס מיר האלטן דא מיט לייוו ווי דער אינטערנעט האט אזא השפעה ר"ל, צו פאר'גוי'אישן דעם נאמען.
איך האב פרובירט צו זוכן די תשובה אבער איך האב עס נישט געקענט געפינען. אפשר קענסטו אנווייזן וואו מען קען עס זען אויף היברו בוקס, אדער אוצר החכמה?
לענין, מען קען גלייבן אז אזא נישט-ערליכע תשובה זאל האבן געשריבן ווערן דורך דעם חות יאיר. ווי באקאנט איז ער נישט געווען קיין היימישער, און וואס קען מען ערווארטן פון א רע-בן וואס מאכט אזא שער-בלאט ר"ל?
בייגעלייגטע פיילס
ChY.JPG
ChY.JPG (98.68 KiB) געזען געווארן 28550 מאל
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

הודעהדורך ברסלבער » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:23 pm

איך גלייב אז די היינטיגע רבנים וואלטן געדרייט מיטן פינגער:
במה דברים אמורים? ווען דער גוי האט נישט געהאט קיין אינטערנעט, אבער היינט אויב דער גוי האט אינטערנעט, ובפרט אומגעפילטערטע, און בצירוף אז מען האלט שוין נאכן כינוס, וואלט דער חות יאיר אויך זיכער מסכים געווען אז מען טאר איר נישט אהינשיקן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4017 מאל

הודעהדורך יידל » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:34 pm

שו"ת חוות יאיר סימן קח

שאלה ב"ב בהקהילה הקדושה היה עני מדוכא מאד רק שהיה לו יניקה ומערופי' תליון הדר קרוב לביתו בעכרו /במכרו/ לו בזול עורות נבילות גם לפעמים מהנה אותו במיני פירות וזרעונים ושכר ובכה"ג. והיתה לו ב"ג בתולה יפה מאד והיא רגילה בבית התליון בעסקי אביה עמו ומ"מ תמיד אמה הזקינה הולכת עמה לבל תתייחד עמו וגם הבתולה צנועה ידועה לכל. רק שהתליון לפעמים משחק עמה בחיבוק ונישוק ומשמוש הרגיל בפתע פתאום על אפה ועל חמתה והיא דחאתו תמיד ממנה בשתי ידים. ופעם אחת כאשר נודע לאביה זה לא רצה לשלחה ושתלך לביתו עוד. וכאשר ראה הערל שנמנעה מלבא אליו כעס ונשבע שלא יהנהו ולא יעסוק עמו עוד ואמרו רבים שאף אם ימות העני ברעב אינו רשאי לשלוח בתו אל התליון כי עובר על אל תחלל את בתך להזנותה. ובודאי לא בדווקא אמרו כי ימות ברעב שהרי לא עביד מעשה ואינו בכלל יהרג ואל יעבור ואפילו אשת איש וביאה ממש תעבור ואל תהרוג רק ר"ל יבקש על הפתחים עם אשתו ובניו +/מהגהות רב"פ/ נ"ב תמוה וכי בכה"ג הותר הלא ליכא הכא אונס הריגה רק מניעת סיב' מזונות בעת הרעבון והיא ממצאת את נפשה לילך לבית הנכרי לטובת עצמה. גם יש כאן עיון אף דליכא איסור דלפני עור ל"ת מכשול [יעוין סנהדרין דף נ"ז ע"ב וברמב"ם פי"ב ופכ"א מהא"ב] כשליכא רק חיבוק ונישוק שאין הנכרי מוזהר ע"ז מ"מ איך יעלה על הדעת שיהי' מותר לאדם לגרות היצר על עצמו. ולמה לא ניחוש דלמא היא תתפתה לו לרוב הקירוב שמתקרב לה בחיבוק ונישוק ומשמוש סחור סחור לכרמא וכו'. ומ"ש שכל טובתן וכו' ז"א אלא גבי צנועות מפורסמות כמו אסתר ויעל [וגם המה לא היו ממציאות א"ע לולא צורך הצלות נפשות] יעוין תוס' כתובות דף כ"ו ע"ב סוף ד"ה וע"י נפשות שכ' בזה"ל ואפי' נראית צנועה שמא אינה.+ ולעד"ן דגם הא לית'. דהא דאל תחלל את בתך להזנותה הוא זנות ממש ובכוונה שמסרה האב ליחיד או מפקירה לכל בשכר שתטול או שיטול. משא"כ פריצות בעלמא הנעשה שלא ברצונו ושלא ברצון הבתולה גם מסתמא לא מתהני' מעבירה שהרי אפילו בביאה לגדול אמרו דלא מקרי הנאה שכל טובתן של רשעים וכו' גבי יעל ואפילו לרמב"ם וסייעתי' דס"ל דקריבה של ג"ע אסור מן התורה ולוקין עליו גם ה"ל בכלל יהרג ועל /ואל/ יעבור עי' בהג"ה בש"ע סי' קנ"ז ובש"כ שם ס"ק י'. היינו באיש ובכוונה להנאתו דרך תאוה ונלמד מלשון לא תקרבו מה שלשון זה לא נכתב אצל אל תחלל לכן אפשר עוד להקל בו רק סגי לן דאין העני מחויב לקפח פרנסת עצמו רק להזהר מן היחוד בלי אמה ומן הריצוי גם תמהר לשוב לביתה במוקדם האפשר ואם מ"מ הערל יהנה ומשביע יצרו ותאותו בכך אין בכך כלום. ואם בני העיר משימים על לב להנות העני וליתן לו כדי פרנסתו בצמצום כדי שימנע מזה. כ"ש בשיש ביד העני להחיות עצמו אף בעמל רב ויגיעה גדולה לחטוב עצים ולשאוב מים תע"ב כ"ש אם אפשר להשכירה למשרתת לב"ב אחר שמחויב לעשות כי קרוב הדבר שלא יתרעם בזה הערל עליו ולא יקפח מחייתו. כנלפענ"ד יאיר חיים בכרך
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4340 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:38 pm

כ'בענק מיך צו אמאל
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8467 מאל

הודעהדורך יידל » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:41 pm

גלייב מיר, די היינט איז זיסער.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4340 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:41 pm

און מארגן?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8467 מאל

הודעהדורך בן תמליון » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:51 pm

ייש"כ הרב פרענקלין. איך געדענק אויך אין חות יאיר א תשובה ווי ער שרייבט אז נגיעת ערוה שלא בכונה ליהנות אין בו שום איסור כלל. לכאורה קען מען דאס נוצן לגבי האנט שלאקן מיטן פארקערטן גענדער וואס אין ביזנעס מאכט זיך אפט דילעמאס. ווי אויך לגבי אנדערע ענינים וואס די היינטיקע מורדי אור מאכן מיט דעם עולם דעם גענאר. בל"נ וועל איך נאכזוכן דעם תשובה און מעתיק זיין.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1878 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:54 pm

איך מיין אז די אוסרים אויף געבן די הענט איז ווייל זיי האלטן אז דאס גייט אריין אינעם כלל פון נגיעה של חיבה.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7498 מאל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:58 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'בענק מיך צו אמאל

כ'האב לעצטנס געלייענט א שטודיע וואס האט אויסגעפרעגט מענטשן צי זיי וואלטן ענדערש געוואלט לעבן אין צוויי הונדערט יאר ארום אדער צוויי הונדערט יאר צוריק. רוב האבן ליבערשט אויסגעקליבן צוויי הונדערט יאר צוריק.
איך מיין אז די סיבה איז ווייל מיר האבן א פינקטליכן בילד אין קאפ וויאזוי דער אמאל האט אויסגעזען און מיר ווייסן וואס צו ערווארטן, משא"כ אויף דער צוקונפט האבן מיר נישט קיין מושג וואס גייט פאסירן, און אומזיכערקייט איז זייער אומבאקוועם.
נחזור לענינינו...
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 13, 2013 4:22 pm

אמאל וואלטן מענטשען ווי אונז שוין געהאט אן אייגינע משכילים קלאב, נאר צוליב די טריפענע אינטערנעט בלייבט יעדער אינדעהיים מיט שטריימעל בעקישטע.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8467 מאל

הודעהדורך Starbucks » זונטאג יאנואר 13, 2013 4:54 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:אמאל וואלטן מענטשען ווי אונז שוין געהאט אן אייגינע משכילים קלאב, נאר צוליב די טריפענע אינטערנעט בלייבט יעדער אינדעהיים מיט שטריימעל בעקישטע.


מיינסט אזוי? וואו איז געוועהן די קלאב פארן אינטערנעט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך Starbucks אום זונטאג יאנואר 13, 2013 5:20 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 258
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 13, 2013 5:17 pm

יאנקל האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'בענק מיך צו אמאל

כ'האב לעצטנס געלייענט א שטודיע וואס האט אויסגעפרעגט מענטשן צי זיי וואלטן ענדערש געוואלט לעבן אין צוויי הונדערט יאר ארום אדער צוויי הונדערט יאר צוריק. רוב האבן ליבערשט אויסגעקליבן צוויי הונדערט יאר צוריק.
איך מיין אז די סיבה איז ווייל מיר האבן א פינקטליכן בילד אין קאפ וויאזוי דער אמאל האט אויסגעזען און מיר ווייסן וואס צו ערווארטן, משא"כ אויף דער צוקונפט האבן מיר נישט קיין מושג וואס גייט פאסירן, און אומזיכערקייט איז זייער אומבאקוועם.
נחזור לענינינו...

אונזער פותח האשכול, בענדזשאמין פרענקלין, האט געהאלטן אז ער האט נישט געלעבט אין די ריכטיגע יארהונדערט, ער האט געהאפט אז ווען זיין צייט קומט צו גיין פון דער וועלט, מ'זאל עם קענען באהאלטן אין א פאס וויין מיט אפאר חבירים, און מ'זאל עם פרעזערווירן ביז טעכנעלאגיע וועט קענען אויסהיילן די קראנקהייטן וואס האבן גורם געווען ער זאל שטארבן. אט איז א חלק פון א בריוו וואס ער האט געשריבן צו זיינס א חבר:

I wish it were possible... to invent a method of embalming drowned persons, in such a manner that they might be recalled to life at any period, however distant; for having a very ardent desire to see and observe the state of America a hundred years hence, I should prefer to an ordinary death, being immersed with a few friends in a cask of Madeira, until that time, then to be recalled to life by the solar warmth of my dear country! But... in all probability, we live in a century too little advanced, and too near the infancy of science, to see such an art brought in our time to its perfection...

כ'האב פארגעסן צוצוענדיגן, אז צוריק צו פארן א הונדער אדער צווי הונדערט יאר, וואלט געווען שיין פאר א וואקאציע, אפאר חדשים אמערסטענס, איך מיין איך וואלט געבליבן ווי איך בין, דא אינעם היינטיגן טאג, אבער אויב שוין לעבן אין אן אנדערע תקופה, וויל איך נאר אין די עתיד, און נישט אין די עבר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך געפילטע פיש אום זונטאג יאנואר 13, 2013 10:35 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7498 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 13, 2013 5:19 pm

יידל האט געשריבן:שו"ת חוות יאיר סימן קח

שאלה ב"ב בהקהילה הקדושה היה עני מדוכא מאד רק שהיה לו יניקה ומערופי' תליון הדר קרוב לביתו בעכרו /במכרו/ לו בזול עורות נבילות גם לפעמים מהנה אותו במיני פירות וזרעונים ושכר ובכה"ג. והיתה לו ב"ג בתולה יפה מאד והיא רגילה בבית התליון בעסקי אביה עמו ומ"מ תמיד אמה הזקינה הולכת עמה לבל תתייחד עמו וגם הבתולה צנועה ידועה לכל. רק שהתליון לפעמים משחק עמה בחיבוק ונישוק ומשמוש הרגיל בפתע פתאום על אפה ועל חמתה והיא דחאתו תמיד ממנה בשתי ידים. ופעם אחת כאשר נודע לאביה זה לא רצה לשלחה ושתלך לביתו עוד. וכאשר ראה הערל שנמנעה מלבא אליו כעס ונשבע שלא יהנהו ולא יעסוק עמו עוד ואמרו רבים שאף אם ימות העני ברעב אינו רשאי לשלוח בתו אל התליון כי עובר על אל תחלל את בתך להזנותה. ובודאי לא בדווקא אמרו כי ימות ברעב שהרי לא עביד מעשה ואינו בכלל יהרג ואל יעבור ואפילו אשת איש וביאה ממש תעבור ואל תהרוג רק ר"ל יבקש על הפתחים עם אשתו ובניו +/מהגהות רב"פ/ נ"ב תמוה וכי בכה"ג הותר הלא ליכא הכא אונס הריגה רק מניעת סיב' מזונות בעת הרעבון והיא ממצאת את נפשה לילך לבית הנכרי לטובת עצמה. גם יש כאן עיון אף דליכא איסור דלפני עור ל"ת מכשול [יעוין סנהדרין דף נ"ז ע"ב וברמב"ם פי"ב ופכ"א מהא"ב] כשליכא רק חיבוק ונישוק שאין הנכרי מוזהר ע"ז מ"מ איך יעלה על הדעת שיהי' מותר לאדם לגרות היצר על עצמו. ולמה לא ניחוש דלמא היא תתפתה לו לרוב הקירוב שמתקרב לה בחיבוק ונישוק ומשמוש סחור סחור לכרמא וכו'. ומ"ש שכל טובתן וכו' ז"א אלא גבי צנועות מפורסמות כמו אסתר ויעל [וגם המה לא היו ממציאות א"ע לולא צורך הצלות נפשות] יעוין תוס' כתובות דף כ"ו ע"ב סוף ד"ה וע"י נפשות שכ' בזה"ל ואפי' נראית צנועה שמא אינה.+ ולעד"ן דגם הא לית'. דהא דאל תחלל את בתך להזנותה הוא זנות ממש ובכוונה שמסרה האב ליחיד או מפקירה לכל בשכר שתטול או שיטול. משא"כ פריצות בעלמא הנעשה שלא ברצונו ושלא ברצון הבתולה גם מסתמא לא מתהני' מעבירה שהרי אפילו בביאה לגדול אמרו דלא מקרי הנאה שכל טובתן של רשעים וכו' גבי יעל ואפילו לרמב"ם וסייעתי' דס"ל דקריבה של ג"ע אסור מן התורה ולוקין עליו גם ה"ל בכלל יהרג ועל /ואל/ יעבור עי' בהג"ה בש"ע סי' קנ"ז ובש"כ שם ס"ק י'. היינו באיש ובכוונה להנאתו דרך תאוה ונלמד מלשון לא תקרבו מה שלשון זה לא נכתב אצל אל תחלל לכן אפשר עוד להקל בו רק סגי לן דאין העני מחויב לקפח פרנסת עצמו רק להזהר מן היחוד בלי אמה ומן הריצוי גם תמהר לשוב לביתה במוקדם האפשר ואם מ"מ הערל יהנה ומשביע יצרו ותאותו בכך אין בכך כלום. ואם בני העיר משימים על לב להנות העני וליתן לו כדי פרנסתו בצמצום כדי שימנע מזה. כ"ש בשיש ביד העני להחיות עצמו אף בעמל רב ויגיעה גדולה לחטוב עצים ולשאוב מים תע"ב כ"ש אם אפשר להשכירה למשרתת לב"ב אחר שמחויב לעשות כי קרוב הדבר שלא יתרעם בזה הערל עליו ולא יקפח מחייתו. כנלפענ"ד יאיר חיים בכרך


די ווערטער וואס איך האב היילייטעד שטימט עפעס נישט לפענ"ד?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15111
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18114 מאל

הודעהדורך יידל » זונטאג יאנואר 13, 2013 5:28 pm

פארוואס נישט?
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4340 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 13, 2013 5:30 pm

אשת איש איז נישט ביהרג ואל יעבור?
אפשר ווייסיך נישט גוט, און בלויז די עטליכע וואס די תורה רעכנט אויס בפירוש אין פר' קדושים איז ביהרג ואל יעבור?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15111
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18114 מאל

הודעהדורך מוח שליט » זונטאג יאנואר 13, 2013 5:43 pm

זי איז קרקע עולם. די גמרא זאגט דאס ביי אסתר המלכה אז וועגן דעם איז עס איז נישט געווען יהרג ואל יעבר.

סנהדרין דף עד עמוד א
אמר רבי יוחנן משום רבי שמעון בן יהוצדק: נימנו וגמרו בעלית בית נתזה בלוד: כל עבירות שבתורה אם אומרין לאדם עבור ואל תהרג - יעבור ואל יהרג, חוץ מעבודה זרה וגילוי עריות ושפיכות דמים
ובעמוד ב' שם
והא אסתר פרהסיא הואי! - אמר אביי: אסתר קרקע עולם היתה



שולחן ערוך יורה דעה הלכות עבודת כוכבים סימן קנז סעיף א
ובעבודת כוכבים, ג"ע, ש"ד אפילו בצנעה ושלא בשעת הגזרה, ואפילו אין העובד כוכבים מכוין אלא להנאתו, יהרג ואל יעבור. הגה: ודוקא כשאומרים לו לעשות מעשה, כגון שאומרים לאיש לגלות ערוה או שיהרג, אבל אם אונסים לאשה לבא עליה, או שרוצים להשליכו על התינוק להרגו, או שהוא כבר מוקשה ורוצים לתקוע אותו בערוה, אין צריך ליהרג
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מוח שליט אום זונטאג יאנואר 13, 2013 6:13 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 10:24 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 333 מאל

הודעהדורך מוח שליט » זונטאג יאנואר 13, 2013 5:53 pm

בן תמליון,
דא אזי די תשובה וואס די האסט ערווענט,

שו"ת חוות יאיר סימן קפב
ולכן נ"ל אם באמת היתה זו אשתו נדה עמו והמוכסין בעל עלילה ואינו מאמין לשבועה שזו אשתו ונדה היא ורוצה לקנסו סך רב או לתפסו ולעקלו אם לא ינשקנה נושק בלב עצב וכמי שכפאו שד ואין בכך כלום וכ"ש אם המוכס יודע חקי דתינו ומבקש שיגע בה. ואף על פי דק"ל כהר"ן וריב"ש וזכרו בהג"ה ש"ע שם דאפילו בשאר עבירות מחויב להציל עצמו בכל הון ביתו היינו בלאו דאורייתא דעובר עליו בהחלט כגון אכילת חזיר או שום דבר אסור מן התורה משא"כ בנדון לא אסרה התורה מעולם רק דרך חיבה ותאוה כמ"ש לא תקרבו לגלות ערוה וכמ"ש הש"ס הנ"ל. ואפשר עוד לומר דמ"ש את כל הון ביתו יתן היינו דווקא בשגוי מכווין להעבירו על דת משא"כ כשמכווין להנאתו דהיינו נדון הנ"ל. ועוד שכאן הגוי אינו יודע שעובר על דת רק סובר שהישראל שיקר לו באמרו נדה היא מפני שלא רצה לעשות פריצותא לפניו אינו מחויב לבזבז ממון רב רק לפי יכולתו וחסידתו לא מצד החיוב

עס איז נישט נאר א תשובות חות יאיר, עס איז א ש"ך.
ש"ך יורה דעה סימן קנז ס"ק י
רק לאו בעלמא כו' - [באמצע דבריו] ....משמע דס"ל כהרמב"ם בס' מנין המצות מצוה שנ"ג שכ' וז"ל הזהיר הכתוב מהקרב אל א' מהעריות ואפילו בלא ביאה כגון חיבוק ונישוק והדומה להם מן הפעולות הזרות והוא אמרו באזהרה מזה איש איש אל כל שאר בשרו לא תקרבו לגלות ערוה כו' וכ"כ הסמ"ג לאוין קכ"ו וכ"כ הרא"ה בספר החנוך מצוה קפ"ח והכתר תורה בלאוין שכ"ט אבל הרמב"ן בהשגות שלו על ספר מנין המצות חלק על הרמב"ם ואומר שאין מלקי' מן התורה אלא בביאה גמורה או בהעראה ע"ש שהאריך והרב ר"י ליאון בספר מגלת אסתר שלו דף קי"ח סתר כל דברי הרמב"ן והעלה כהרמב"ם ע"ש וכן נראה לי מהך עובדא דהעלה לבו טינא ומכל מקום משמע דאף הרמב"ם לא קאמר אלא כשעושה חיבוק ונישוק דרך חיבת ביאה שהרי מצינו בש"ס בכמה דוכתי שהאמוראים היו מחבקים ומנשקים לבנותיהם ואחיותיהם וכן כתב הר' יצחק ליאון שם בהדיא וכן משמע להדיא ממ"ש הרמב"ם ר"פ כ"א מהל' א"ב וז"ל כל הבא על העריות דרך אברים או [b]שחבק ונשק דרך תאוה ונהנה בקירוב בשר ה"ז לוקה מן התורה כו' וכן כתב הסמ"ג והכתר תורה שם אלמא דאינו לוקה אלא בדרך תאוה וחיבת ביאה [/b]
מתחלה וואלט מען געקענט זאגן אינעם ש"ך אז ער רעדט דוקא בנוגע איסור מלקות, אין אז עס קען נאך אלץ זיין אז עס זאל זיין א איסור מדרבנן וכדו'. אבער ער ברענגט א ראי' צו זיין הלכה פין דעם וואס די אמוראים האבען געקישט זייערע טעכטער אין אויך שוועסטער אין אוודאי האבען זיי נישט עובר געווען קיין איסור דרבנן.

אגב,דאס אז אמוראים האבען געקישט זייערע שוועסטער אין טעכטער שטייט אין שבת יג. אין ע"ז יז.
עבודה זרה דף יז עמוד א
עולא כי הוה אתי מבי רב, הוה מנשק להו לאחתיה אבי ידייהו, ואמרי לה: אבי חדייהו. אבי חדייהו פירש"י: חזה.
אין ווי תוס' איז דארט מסביר אז ער האט נישט געהאט קיין שום הירהור דערביי
תוד"ה ופליגא: ומה שהיה מיקל לעצמו היינו משום דדמיין עליה ככשורא, כדאמרינן בריש פרק ב' דכתובות יז.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מוח שליט אום זונטאג יאנואר 13, 2013 7:32 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 10:24 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 333 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 13, 2013 6:14 pm

און דער ברוך טעם (=הגהות רב"פ = רבי ברוך פרענקל) איז טאקע מחולק.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1180 מאל

ענטפער צו בענדזשאמין פרענקלין

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 13, 2013 6:58 pm

יישר כח פאר ברענגען די הערליכע פאנטאסטישע מעשה. ס'איז זייער א שיינע מעשה. כ'האב נאר איין טעכנישע הערה. אין פאל די באדינגונגען אין דעם גוי'ס הויז זענען אזעלכע אז ס'איז פארהאן דער איסור פון ייחוד, העלפט נישט וואס די מאמע באגלייט איר טאכטער. ווייל די אנוועזנהייט פון צוויי אדער מערערע פרויען ביי א גוי אדער א איד וואס איז נישט ערליך נעמט נאך נישט אוועק דעם סטאטוס פון ייחוד.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13183
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8380 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 13, 2013 7:05 pm

ברסלבער האט געשריבן:איך גלייב אז די היינטיגע רבנים וואלטן געדרייט מיטן פינגער:
במה דברים אמורים? ווען דער גוי האט נישט געהאט קיין אינטערנעט, אבער היינט אויב דער גוי האט אינטערנעט, ובפרט אומגעפילטערטע, און בצירוף אז מען האלט שוין נאכן כינוס, וואלט דער חות יאיר אויך זיכער מסכים געווען אז מען טאר איר נישט אהינשיקן.

נעווער מיינד דער גוי. אונזערע היימישע רבנים וואלטן חושד געווען ר' חיים אליין אין האבן אינטערנעט ביי זיך אין שטוב, ר"ל. ווייל וויאזוי דען אנדערש איז ער צוגעקומען צו פרעגן אזא מין שאלה בכלל?.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13183
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8380 מאל

הודעהדורך העלא » זונטאג יאנואר 13, 2013 7:05 pm

די חוותיאיר זאגט נישט אז עס איז נישט ביהרג ואל יעבור,

ער זאגט אז ווען ס'איז נגד רצונה דעמאללט איז עס נישט ביהרג ואל יעבור, במילא איז ער נישט מחוייב מסירת נפש,

אבער דאס איז זיכער אז ער דארףף טוהן כל טצדקי אז זיין טאכטער זאל נישט דארט זיין כדי זי זאל נישט משוגע ווערן אדער ווערן אפגעפארן
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 357
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך מוח שליט » זונטאג יאנואר 13, 2013 7:54 pm

העלא,
איך ווייס נישט צו די מיינסט דיין תגובה סארקאסטיש. אבער אויב רעדטסטו לאמיתו של ענין, וויל איך אנמערקן אז עס איז נישט אינגאנצען ריכטיג וואס די זאגסט אז "ער דארף טון כל טצדקי אז זיין טאכטער זאל נישט דארט זיין". אדרבה ער זאגט קלאר אז ער דארף נישט מחזיר זיין על הפתחים. ס'איז משמע אז ער האלט אז מען דארף שטארק משתדל זיין אבער מיט א מאס. וואס איז פינקטליך די גדר, ווייס איך נישט.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 10:24 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 333 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 7 געסט