געט פאר אייער לענדלארד א 1099

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
שיינע אתרוג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 5:01 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

געט פאר אייער לענדלארד א 1099

שליחה דורך שיינע אתרוג »

מורי ורבותי הייבט נישט קיין אויגן ברעמען

היינט אידערפריע זעה איך מיין חבר גאנץ א נאנטע ווי זיין נאז פאלט אים ממש אראפ יא עס פאלט אראפ גיי איך צו צו אים און איך גיב א פרעג שלמה וואס גייט פאר מיט דיר היינט אלעס איז אלרייט ביי דיר די קינדערלעך די שלום בית דו קוקס עפעס נישט אויס צו דערזאך היינט

זאגט ער מיר אז די פרעגטס מיר וועל איך דיר זאגן קום זיי אזוי גוט ארויס פון שול איך וועל דיר דערציילען

איז זעה אז די ביסט באמת פאר מיר א נאנטע חבר וועל איך דיר אנפארטרויען די סוד וואס איך זיך שוין א שטיק צייט א עצה

וואו די ווייסט האב איך געמוזט מופן און א אנדערע דירה ווייל די אלטע איז שוין קליין געווען קוים מיט צרות האב איך געטראפן א נארמאלע 4 בעדרומס דירה און איך האב מיר אריינגעצויגן דערעין אין א מזלדיגע שעה אבער זאלסט וויסן די רענט הרגעט מיר
פרעג איך נו וויפיל איז די רענט זאגט ער מיר נישט מער ווי 3500$ געב איך אים א פרעג אזוי שטילערהייט די האסט פון די אכטע זאגט ער מיר יא זאגט איך אים מיט א ברייטע שמייכעל נו ביסט שוין א געהאלפענער וועגען דעם ביסטו אזוי צובראכן
זאגט ער מיר דו דארסט פארשטיין די אכטע גיבט נאר 1800$ די איבריגע דארף איך געבן מזומן אין אויף דעם וויין איך ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי צו דעקן דע קאסט עס איז א הימל געשריי זאגט ער מיר ממילא ווען דאס איז א נייע געבויעט הויז און ער בעט אזויפיל פיין ער האט אים געקאסט דאס אויפבויען

דאס איז אן אלטע הויז אביסל איבערגעמאכט שוין לאנג נישטא קיין מארגעדט דערויף די לענדלארד זאגט מיר פארציילט ער מיר דאס איז די פרייז אלע בעטן אזויפיל בעט ער פון מיר אן אצה זאג איך אים אויפן פלאץ איך האב א עצה אבער די וועסט מוזן הילף פון נאך אפאר טענעטס אזוי ווי דיר אין איך האף אז דאס וועט זיין דיין ישועה
דו זאלסט געבן פאר דיין לענדלארד א 1099 זאל ער באצאלן טעקס ווי א טאטעלע אויף דעם געלט

וואס זאגט דער עולם צו דעם? האב איך עובר געווען אויף יעצנו רע ?

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר