בלאט 4 פון 7

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 1:56 pm
דורך בדחן
..

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 1:59 pm
דורך זר זהב
@קינות, דיין מהלך איז אביסעלע צו שארף און קאנטער פראדוקטיוו

@בדחן, איך אין דיינע שיך וואלט געווען שטיל. קענסט נאך אנוואוירן א חתונה!

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 2:01 pm
דורך בדחן
איך האב עס אויסגעמעקט, ווייל נאך אלעם איז דא די גמרא פון אל תדון את חברך... ואין אדם נתפס..

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 2:06 pm
דורך קינות גירושין
די ווייטאג פון א טאטע נישט צו קענען זעהן זיין אייגענע קינד איז נישט משיג צו זיין ,
ווען נאך דערצו אז זי האט קיינמאל נישט גקלעמט אז איך טו עפעס ראנג צו די קינדער,
פלעין סאיז אין אירע הענד צו טון וואס זי וויל אין איך האלט מיך איין יעדע טאג פון גיין אין קארט
אוי ווי רשעותדיג א פרוי קען זיין  

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 2:08 pm
דורך זר זהב
אמת. אבער שטעל דיר פאר ס'קומט א מגיפה און שעכט אויס רבנים, ס'וועלן זיין 100טער יתומים און אלמנה'ס אן א טאטע און אן א פאלאפעל געבער

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 2:09 pm
דורך קאווע טרינקער
בדחן האט געשריבן:..

העי! וואס איז געווען די דזאוק?

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 2:10 pm
דורך בדחן
קינות גירושין האט געשריבן:די ווייטאג פון א טאטע נישט צו קענען זעהן זיין אייגענע קינד איז נישט משיג צו זיין ,
ווען נאך דערצו אז זי האט קיינמאל נישט גקלעמט אז איך טו עפעס ראנג צו די קינדער,
פלעין סאיז אין אירע הענד צו טון וואס זי וויל אין איך האלט מיך איין יעדע טאג פון גיין אין קארט
אוי ווי רשעותדיג א פרוי קען זיין  


וואס האלט דיר אפ פון גיין אין קארט? גיי יא...

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 2:11 pm
דורך קינות גירושין
איך טראכט יעצט פון מיר,
זר איך בעט דיך צו נישט די שטריק יעצט ווייל באלד שרייב איך דא די נאמען פון די פארשאלטענע רב
און נאכדעם וועל איך זיין נאכמער אין טראבעל

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 2:12 pm
דורך זר זהב
מיר גייט נישט אן. ווייל כ'ווייס קלאר אז ס'נישט מיין רב דער זאלביטובער.

פאר די אנדערע רבנים איי קודענט קער לעסס

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 2:13 pm
דורך קינות גירושין
ח״ו מיינע קינדער וועלען צוגרינד גיין ,ווען די קארט גייט זיי הייסען זאגען וואס זיי ווילען באמת, זיי וועלען אנקומען אין פתח תקוה, איך וועל סוכ״ס ליידען
אביסעל שכל האב איך נאך

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 2:17 pm
דורך קינות גירושין
זר זהב האט געשריבן:אמת. אבער שטעל דיר פאר ס'קומט א מגיפה און שעכט אויס רבנים, ס'וועלן זיין 100טער יתומים און אלמנה'ס אן א טאטע און אן א פאלאפעל געבער

רק בדם תהיה לנו ישרות(קרעדיט: רבינו זי״ע בשם הערצל)

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 2:42 pm
דורך אבגד
וואס איז געשעהן?
רעדט דיך אויס, אפשר קענען מיר דיך העלפן.
אויך וואס זענען די ערליכע רבנים שולדיג? און אויך ווער זאגט אז א רב איז שולדיג, אפשר ניצט נאר די צד שכנגד דעם רב פאר א שטעקן?
לאמיר הערן, אונז זענען מיר אלע איינגעשפאנט דיר ארויס צו העלפן.

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 2:48 pm
דורך קינות גירושין
אין מיין קעיס ליגט די כח אין די רבס הענד ער קען טון וואס ער וויל ער ווערט אבער זייער איבער גענומען פון אירע טרערען, אין איך בין געמאכט פון מענערישע מאטריאל וואס וויינט נישט אויף דעם אויפען מיינט ער אז מיין בלוט איז נישט רויט,
כקען נישט רעדן קיין פרטים מארגען איז די מעשה אויף גאס אין מיינע קינדער וועלען נאכמער ליידען.

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 3:05 pm
דורך אבגד
קינות׳ל: איך האב איין עצה פאר דיר, איך וועל עס מקדים זיין מיט א מעשה (שלא) היה.
אמאל האט א איד געזוכט א שידוך פאר זיין טאכטער און מ׳האט עם גערעדט א בחור, אזוי ווי ער איז געווען א גרויסע מן הארץ, האט ער אים געטראגען צום רב פארהערן, דער בחור איז געווען א גרויסע שטריק און פארשטייט זיך לערנען האט ער געקענט א מכה, עכ״פ ווען ער איז געגאנגען צום רב פארהערן צוזאמען מיט׳ן נייע מחותן, און ווען ס׳איז געקומען צום פארהערן איז די מחותן ארויס געגאנגען, איז דער בחור צו געגאנגען צום רב און ער האט אים אנגעכאפט ביים קארג און אים געזאגט: וועסטו זאגן גוט אויף מיר הרי טוב, און טאמער נישט, - האט ער אים דערלאנגט א קאפע - זאלסטו וויסן דאס איז נאר א התחלה.
ווען דער מחותן איז צוריק אריינגעקומען האט אים דער רב געזאגט אזוי:
דער בחור זיין בקיאות האב איך נישט געקענט זעהן אין אזא קורצע צייט, אבער א ״תפיסה״ האט ער א גוטע, און א ״קאפ(ע)״ אן אייזענע...
לעניינינו זאלסטו אריין גיין צום רב ביחידות און טוהן כנ״ל און נאר דאס וועט העלפן, קיין אנדערע עצה האב איך נישט ביזדערווייל...

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 3:47 pm
דורך קינות גירושין
העלאאאא אונז זענען נישט אין אונגערען 1924, וואס מקען שלאגען מענטשען, אז איך ריר אן דעם רב בין איך און תפיסה יענע נאכט

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 3:55 pm
דורך קאווע טרינקער
זיך צוקוקען זיך אזוי פון די זייט... איך פראביר זיך נישט צו האלטן אין די זייט, נאר אינמיטן, בדרך הממוצע.. קלער איך אזוי מיט וואונדער.. אינטערסאנט אז די הנהלה האט אנגענומען דיין ניק אן פעסטשטעלן אז איר האט אמאל געגעבן א גט... מילא בדחן, זעהן מיר דאך קלאר אז ער האלט אונטער דעם עולם, אבער קינות גירושין?!
שוין, האסט געשמייכלט? דאס איז דער עיקר, יעצט סיין דיך ארויס און גיי מאך א פאר $$$$

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 4:19 pm
דורך קינות גירושין
דער אמת איז, אז מיין עקס האט נאך נישט באקומען א מעשה בי״ד פון דעם רב, סאיז יעצט בידי דורך א מאפינערישע וועג אויסצומעקן די עידותשאפט, פון ווי סאיז פארשריבען, ווען סוועט קומען למעשה ביי איר חופה מוועט איר בעטן א פראוו וועט זי נישט קענען ברענגן, און די רב וועט האבען א ערענסטע פראבלעם איר דאס צו געבן...
זאל איך דאס טון ??????????????

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 4:22 pm
דורך בדחן
איך מיין אז קאווע האט א פוינט.. דער עולם זאל אנהייבן ארויפלייגען זייערע דאקעמענטען אנשטאט א פערזענליכע בילד,
א בילד פינעם כתובה, א בילד פינעם גט, א דריטער א בילד פינעם טויט שיין פינעם ערשטען ניק, א בילד פינעם קידושן רינגעל,

מען קען אויסמעקען די נעמען און די נעמען פון די עדות, די נאמען פינעם מסדר הקידושן זאל מען לאזען לחרפון ולדראון עולם... ;)

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 4:23 pm
דורך קאווע טרינקער
חכם! זי וועט ברענגען עדות פון קאווע שטיבל!

בדחן האקט....
יא, גערעכט, איך בין חתונה געהאט, נאדיר עדות.. אויף די לינקע זייט

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 4:23 pm
דורך קרעקער
גלייב מיר איך וויין פאר דיר
איך האב מיטגעהאלטען א אנדערע קעיס וואס דע מאן האט געליטען פונקט ווי דיר אויך נאר וועגען דע רב וואס האט איינגעמאכט פאר די פרויס טרערען
כפארטשיי ווי איינגעמאכט און פארשלאסען דו ביזט יעצט גענטצליך אין זיינע הענט אבער דו מוזט מאכען א סוף דערצו

מיין עצה גיי אריבער צו א אנדערע רב אדער עסקן א גרעסערע בולי פונעם ערשטען און זעה ער זאל דיך העלעפן
דערנאך לייג ארויף דא די נאמען פונעם ערשטען רב און גלייב מיר דערולם דא וועט טוהן די ארבעט פאר דיר
יענער חזיר רב וואס האט זיך פארגלוסט אין דיין עקס וועט שנעל פארגעסען פון איר

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 4:27 pm
דורך אבגד
בדחן האט געשריבן:איך מיין אז קאווע האט א פוינט.. דער עולם זאל אנהייבן ארויפלייגען זייערע דאקעמענטען אנשטאט א פערזענליכע בילד,
א בילד פינעם כתובה, א בילד פינעם גט, א דריטער א בילד פינעם טויט שיין פינעם ערשטען ניק, א בילד פינעם קידושן רינגעל,

מען קען אויסמעקען די נעמען און די נעמען פון די עדות, די נאמען פינעם מסדר הקידושן זאל מען לאזען לחרפון ולדראון עולם... ;)

און וואס טוט זיך מיט'ן "בדחן" פון די חתונה, דארף מען נישט ארויפשטעלן?
ניין, אויב אזוי וואס איז דער רב די מסדר קידושין שולדיג, ממילא דער שדכן....
גראדע די מסדר קידושין געווענטלעך נעמט דער צד החתן.

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 4:28 pm
דורך בדחן
קאווע טרינקער האט געשריבן:
יא, גערעכט, איך בין חתונה געהאט, נאדיר עדות.. אויף די לינקע זייט


דו ביסט דער וואס שטייט און קלאצט ביי די שייטל מאכער ביי די ווינדאו 24/7? דעמלאטס ווי אזוי שרייבסטע?

עס איז מן הסתם א פאלטשע בילד.

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 4:30 pm
דורך בדחן
אבגד האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:איך מיין אז קאווע האט א פוינט.. דער עולם זאל אנהייבן ארויפלייגען זייערע דאקעמענטען אנשטאט א פערזענליכע בילד,
א בילד פינעם כתובה, א בילד פינעם גט, א דריטער א בילד פינעם טויט שיין פינעם ערשטען ניק, א בילד פינעם קידושן רינגעל,

מען קען אויסמעקען די נעמען און די נעמען פון די עדות, די נאמען פינעם מסדר הקידושן זאל מען לאזען לחרפון ולדראון עולם... ;)

און וואס טוט זיך מיט'ן "בדחן" פון די חתונה, דארף מען נישט ארויפשטעלן?
ניין, אויב אזוי וואס איז דער רב די מסדר קידושין שולדיג, ממילא דער שדכן....
גראדע די מסדר קידושין געווענטלעך נעמט דער צד החתן.


וויבאלד ער האט נישט מוחה געווען האט ער א דין ווי דער שדכן אליינס...
ער ווייסט דאך יא וואס עס גייט פאר.. ער ווייסט דאך וואס עס האט פאסירט צו די וועם ער האט מסדר קידושין געווען א יאר צוריק אדער צוויי יאר צוריק, פאר דערציילט ער נישט דעם אמת און ער פראבירט עס נישט אפצושטעלן איידער עס איז צו שפעט??

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 4:31 pm
דורך אבגד
קאווע טרינקער האט געשריבן:חכם! זי וועט ברענגען עדות פון קאווע שטיבל!

בדחן האקט....
יא, גערעכט, איך בין חתונה געהאט, נאדיר עדות.. אויף די לינקע זייט

די עדות פון קאווע שטיבל וועט נאר קאליע מאכן דעם שידוך, מען וועט זעהן וואסערע טיפ זי איז.
ווייל קינות'ל איז פון די איידעלע, ער רעדט נישט שלעכטס אויף יענעם.
אוי באשעפער! זיי דיך שוין מרחם אויף קינות'ל ער האט שוין גענוג געליטן, ס'זאל אים שוין גיין פון יעצט און ווייטער נאר גוט, און אלע בייזע זאלן האבן א מיאוסן סוף, און מ'זאל שוין קענען בקרוב הערן נאר גוטע בשורות ביי אים.

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 26, 2013 4:34 pm
דורך אבגד
בדחן האט געשריבן:[וויבאלד ער האט נישט מוחה געווען האט ער א דין ווי דער שדכן אליינס...
ער ווייסט דאך יא וואס עס גייט פאר.. ער ווייסט דאך וואס עס האט פאסירט צו די וועם ער האט מסדר קידושין געווען א יאר צוריק אדער צוויי יאר צוריק, פאר דערציילט ער נישט דעם אמת און ער פראבירט עס נישט אפצושטעלן איידער עס איז צו שפעט??

בשעת ער האט מסדר קידושין געווען האט נאך אלץ געגלאנצט, און דערנאך וואט די העלל גייט אים אהן וואס טוט זיך ביי יענעם, מיטאמאל געדענקט ער אפילו אז ער האט מסדר קידושין געווען.
און נאך א זאך פון ווי קען מען וויסן וואס יענער איז ווען מ'איז מסדר קידושין, אויב קען מען וויסן סתם ווייל מען קען יענעם, ביסטו דאך די זעלבע שולדיג, פארוואס האסטו נישט אפגעשטעלט.