א אמת'דיגע שיינקייט!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

א אמת'דיגע שיינקייט!

שליחה דורך משה געציל »

איך האב נארוואס גענדיגט דעם צופרי סעודה, אזוי ווי עס איז פורים היינט גיי איך נישט איבערגיין קיין איין ווארט, וויאזוי עס פליט ארויס פון קאפ אזוי גייט עס זיין. אויב איר פארשטייט נישט וואס איך שרייב ברעכט אייך נישט קיין קאפ.

איך האב, למען האמת, נישט געפלאנט אריינצוטרעטן אין שטיבל במשכ'ן פורים. (נישט ווייל איך האב געפלאנט אז נישט, נאר איך האב פשוט נישט געפלאנט). למעשה האט זיך געמאכט אן עמערדזשענסי וואס טרייבט ארויף מיין בלוט, סארי אלקהאל, אין קאפ, און איך מוז דאס מיט-טיילן פארן עולם.

יאר יערליך ליינענדיג די מגילה ליינט מען דעם פסוק "והנערה יפת תואר וטובת מראה וכו'".
איך וואונדער זיך אלטס, וואס האבן די חכמים וואס האבן געשריבן די מגילה געטראכט בשעת'ן שרייבן. זיי האבן דאך זיכער ברוב חכמתם פאראויס געזען אז עס וועט קומען א טאג וואס כלל ישראל וועט זיין אזוי משוקע בטומאה, אז אפילו נאר דערמאנען דאס ווארט "אשה" וועט שוין צוברענגען ל״ע צו דאס ארגסטע. און דא האבן זיי נישט נאר דאס געשריבן, נאר ממש קלאר און דייטליך "והנערה יפת תואר טובת מראה"?
האבן זיי דען נישט געוואוסט אז עס וועט קומען א טאג וואס די סארט גערעדאכטס וועט באטראכט ווערן ווי פראסט און אומאיידל? האבן זיי נישט געטראכט וויפיל בחורים און מיידלעך קענען טאטאל אראפגיין פון דרך הישר הערנדיג דעם בעל קורא ליינען אזוי אפן?

ב"ה דאס יאר איז מיר פארענטפערט געווארן דעם תמיה, און דורך נישט קיין צווייטן ווי טאקע מיין פיר יעריג טאכטער;

"יפת תואר וטובת מראה" מיינט בכלל נישט וואס מיר פארגרעבטע פשוטי עם טייטשן, וואס אונזער עמהארצ'דיגע מלמדים האבן אונז אויסגעלערנט. יפת תואר וטובת מראה טייטשט - "הייליג און איידל", ווען אחשורוש האט געזען דאס איידלקייט און הייליגקייט וואס האט געשיינט פון אסתר'ס פנים איז ער אזוי אנטציקט געווארן דערפון אז ער האט איר תיכף גענומען!

קוקט מיר נישט אן ווי פון זינען געפאלן, ווייל פון די לערך צען שאלות וואס די לערערין האט געלערנט מיט די קינדער האט זי געשפירט פאר וויכטיג אריינצולייגן צוויי שאלות:
1) האט אסתר המלכה באשמירט איר פנים און זיך באשמעקט? ניין.
2) פארוואס האט אחשורוש גענומען אסתר המלכה? ווייל ער האט געזען אז זי איז זייער איידל!

וואו! איך האב געוויסט אז אחשורוש איז געווען א גרויסע למדן וואס האט עוסק געווען אין אלע שווערע סוגיות ווי, כבתה זקוק לה, יש תחומין למעלה מעשרה, העומד ליזרק כזרוק דמי (וואס כידוע האט ער וועגן דעם נישט געוואלט נעמען די עשרת אלפים ככרי זהב פון המנ'ען, ואכמ"ל.) אבער דא האט געשטעקט מיין טעות, איך האב אייביג געמיינט אז דער אחשורוש אחוץ וואס ער האט געקענט לערנען איז ער געווען א פראסטאק במלא מובן המלא, יעצט בין איך געוואויר געווארן אז אחשורוש איז גאר געווען א גוי מיט העכערע השגות. א גוי וואס האט געקענט האבן דאס שענסטע און בעסטע און האט אלעס פארקוקט צוליב איין זאך: "איידלקייט". אים האט נישט אינטערעסירט קיין כי הוא זה וויאזוי דאס מיידל האט אויסגעקוקט נאר בלויז צו זי איז איידל און הייליג, פינטל.

לפי זה האבן די חכמים דירעקט אריינגעלייגט די ווערטער אין די מגילה ווייל פון די גאנצע נס פורים איז דאס פון די עיקרים וואס מען דארף זיך ארויסלערנען, ווי מיין טאכטערס לערערין האט פארשטאנען מיט א פשטות אז פאר א פיר יעריגס וואס האט קיין טעם של חטא נאכנישט טועה געווען דארף צוואנציג פראצענט פון די מוסר השכל זיין, אז א אידישע טאכטער מאכט זיך נישט שיין!

איך ווייס נישט צו איך דארף לאכן אדער וויינען, אבער איך פאנג שוין אן טראכטן אז די זיבן פעטע קיען פון פרעה׳ס חלום, וואס דער תורה רופט זיי אן "יפות מראה", מיינט נישט שיין אין אויסזען, נאר ליבערשט שיין אין מדות... זייער איידלקייט האט געשיינט פונעם געזיכט... עס וואונדערט מיר נאר לויט דעם וואס "ובריאות בשר" טייטשט... אפשר גאר טייטשט עס אז זיי האבן נאך קיינמאל פוגם געווען...

איין זאך איז אבער קלאר. הזורעים ברנה, אז מען פלאנצט איין הוילע ליגענט און ליצנות פאר די קינדער, בדמעה יקצורו, וועט מען נאך דארפן פיל שוויצן זיי זאלן אויסוואקסן נארמאל.
ווען דאס קינד גייט זיך אויפוועקן פונעם חוני המעגל שלאף און זי גייט זען וואספארא שטותים מען האט איר דא איינגערעדט, וועט איר בליק אויף אלע אנדערע זאכן וואס מען האט איר געלערענט אויך זיין צווייפלדיג.

האטס מיר אלע א זיס לעכטיג פורים! און געדענקטס, מען מעג זיך ארויסגעבן פורים, עס שאדט נישט! (ווי לאנג עס איז אויף די אייגענע חשבון. נישט ח"ו מבזה זיין קיין אנדערע, אפגעזען צו יענער איז פון די יושבי חושך וצלמות, צי גאר פון די טאליבאנע שושקאבאבס, אדער פון די קילע סארט געשטריקטע קאפלעך אידן.)
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 54 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר