בלאט 1 פון 1

ראסיזם צווישן היימישע אידן

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 3:21 am
דורך יואב
ניין איך האב נישט דורכגעפירט קיין אנקעטע. אבער באזירט אויף א ("פאקט" חסידיש גערעדט) טעאריע - הויפזעכליך צוליב מיין אייגענע ערפארונג פון שמועסערייען, אנאליזן, וכדו' - אונערהאלב אונזער געזעלשאפט, שטעלט זיך ארויס ארום 50% פונעם היימישער עולם איז און שטיצע פון פארקנעכטן שווארצע. און לכל הפחות צוויי דריטל זענען שטאלצע צו עפעס וואס ראסיסטן. איבריג צו באטוינען אז דאס נעמט זיך מייסטנס פון קליין קעפיגקייט און עקסטרעמיזם. (געווענדליך די וועלעכע זענען שארף אנטקעגען יעדן סארט אימיגראציע רעפארם). די איראניע שטייגט אבער ווען די יעניגע הענגען דאס זאגאר אן און די תורה. נעמליך, ציטירענדיג דאס אז נח האט געשאלטן חם. מ'שטיינס געזאגט דאס אז מיר זענען אידן איז שוין איינמאל פעסט קלאר, די שאלה איז נאר צו די אריבער א ביליאן געשאצטע שחורים ארום דער וועלט זענען חם אפשטאמעדיגע. אבער ווי פריער דערמאנט שיינט עס בכלל נישט צו זיין קיין שאלה, נאר עס איז ברור כשמש. לאמיר שוין מודה זיין אז יא. קודם כל, די גאנצע באגריף פון אידישע הערשאפט איז בכלל נישט געזאגט געווארען בעת מיר געפינען זיך אין גלות. צווייטענס, די תורה אינדארסירט נישט נאר שילדערט נח'ס אקט, און זיכער האט די תורה אונז נישט באויפטראגט עס צו אינפארסירן. אלזא שיינט עס צו זיין היבש מאדנע צו נוצן די תורה אלס א מיטל צו בארעכטיגען דעם וואנזיניגע איינגעבורענע ראסיזם וואס הערשט ביי אחינו בית ישראל.