ראסיזם צווישן היימישע אידן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך בדחן » מיטוואך מערץ 06, 2013 3:05 pm

גנדי האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:
גנדי האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:אויף דעם איז די ענטפער אז עס איז נישט ראסיזם, נאר פשוט אז די צוויי קענענן ( כמעט ) נישט גיין אינאיינעם.
אויב א ווייסע ארבייטס געבער זאגט פאר אן אפריקען-אמעריקאן, "איך נעם דיר נישט אויף פאר אן ארבעטר, ווייל ווייסע און שווארצע האבן אן אנדערן מהלך און די צוויי קענענן ( כמעט ) נישט גיין אינאיינעם." - איז דאס ראסיזם??


100%גערעכט

גערעכט - אז דאס איז ראסיזם?
אדער גערעכט - אז דער ארבייטס געבער איז בארעכטיגט אזוי צוזאגן?


ביזט גערעכט אז דו האסט א רעכט צו זאגען דיין מיינוג אפילו מען פארשטייט עס נישט,

דא איז געווען א שמיעס איבער שידוכים, און עטליכע האבן געשריבען אז עס איז דא קהילות וואס איז זייער שווער אז זיי זאלן גיין צוזאמען,
ביסטע געקימען מיט א קשיא, אמער.. אויב מען וועט אפזאגען א אפריקאנער ארבייטער וועט עס דאך הייסן ראסיזם..?! דערפאר האב איך דיר גענפערט אז ביסט גערעכט צו האבן דיין מיינוג.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

הודעהדורך גאלד » מיטוואך מערץ 06, 2013 3:07 pm

יאיר האט געשריבן:
moti107 האט געשריבן:לא יבא ממזר בקהל השם
כהן לוי ישראל
זר הקרוב ימת
מלכות בית דוד

ראסיזם פון מיין פראספעקטיוו איז all men created equal under god און ווער ביסטו קליינע מענטשעלע צו מאכן חילוקים וועגן color nationality religion
אבער גאט מעג יא !! סאיז זיין וועלט כחומר ביד היוצר אויב גלייבסטו אז די תורה קומט פון גאט איז נישט דא קיין קושיות
והשתא דאתית להכא איז אלע דוחקים וואס לעקוואד וחביריו האבן געמאכט צו פארענפערן יאיר וחבריו לכאורה איבריג.

דעמאלט פארוואס האבן מיר טענות אויף די אינקוויציע אין שפאניע, זיי האבן געגלייבט אז גאט וויל אז מען זאל פארברענען די אידן און מען קען נישט פרעגן קיין קשיות?

ווייל גאט האט זיי עס קיינמאל געזאגט, האט ער דען?
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך בעל הבית » מיטוואך מערץ 06, 2013 3:11 pm

היינט איז ראסיזם שטארק אקטיוו ביי באבוב 48 זיי קוקען אן איינער וואס איז נישט פין זייער חדר (אנטשולדיגט פאר די טאטע שפראך) גאליצע וכדומה פונקט ווי ביי אוז א שחור
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 198 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 06, 2013 3:15 pm

בדחן האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:בדחן, דו ביסט איגנאראנט אדער אראגאנט?

פארוואס ווייל איך בין צופרידען פינעם סיסטעם און איך לאז וויסען אנדערע אז מען קען לעבן און זיין צופרידען?

ניין, נאר פארן זאגן אז נאר איך בין נארמאל, יעדער אנדערש איז אדער משוגע אדער פאנאטיש.


ווי וואס ווען...??

לאמיר דיר עפעס מסביר זיין, איך בין א עווריטיש אינגערמאן זייער ווייט פון א פרומער, אבער איך בין זייער צופרידען פון די סאטמער ראדני מהלך החיים אפילו אז איך בין נאר בערך זעכציג אדער זיבציג אייניג מיט זיי, ווייל איך האלט אז כדי איך זאל האבן ערליכע דורות מוז זיין א סיסטעם, און איך ווייס און פארשטיי אז די סיסטעם האט לעכער אבער איך ווייס אז יעדע סיסטעם האט לעכער ווייל נאר אויף יענע וועלט איז אלעס גוט, און ווי לאנג מען קען לעבן דערמיט איז ווערט צו לעבן דערמיט און עס אויסניצען און זיכען צו ענדשויען דאס לעבן, איך קוק נאר אויף די זאכען מיט וואס איך בין צופרידען אוך זיך אויסצימיידען דאס וואס עס שטייט מיר און וועג, איך זיך נישט צו געפעלן פאר אנדערע נאר פארן באשעפער/ווייב און קינדער,

השי״ת האט געגעבן א מתנה פון לעבן, מען דארף אויס ניצען די מתנה און עס ניצען פרייליכערהייט, נישט זיין כסדר ביזי מיט וואס עס גייט נישט גוט, ענדערש זיי ביזי מיט וואס עס איז יא גוט, און זיי נישט אבסעסט מיט וואס אנדערע טיען שלעכט, אדער מיט וואס אנדערע טראכטען.

עס איז מיין פאזעטיווע בליק וואס מאכט מיר אנדערש ווי טייל ניקים דא, אבער באמת האלט איך אז עס ליגט ביי יעדעם און די האנט צו זיין צופרידען און האבן א פרייליך לעבן, און פאר איינעם וואס קען זיך בשו״א נישט ציגעוויינען צו וומסב״ג זאל ווי פריער מופען קיין טינעק ניו דשערזי און אזוי לעבן א ערליך געשמאק לעבן.


בדחן האט געשריבן:ברסלב׳ס היינטיגע גאנג קען נאר גיין אינאיינעם מיט שוואכע מוחות,

סקווירע מהלך איז זייער זייער שווער נאכצוגיין,

סאטמער מהלך איז גריניג אבער מען מוז זיין א שותומ״צ,
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7441 מאל

הודעהדורך מאטי » מיטוואך מערץ 06, 2013 3:22 pm

גאלד האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
moti107 האט געשריבן:לא יבא ממזר בקהל השם
כהן לוי ישראל
זר הקרוב ימת
מלכות בית דוד

ראסיזם פון מיין פראספעקטיוו איז all men created equal under god און ווער ביסטו קליינע מענטשעלע צו מאכן חילוקים וועגן color nationality religion
אבער גאט מעג יא !! סאיז זיין וועלט כחומר ביד היוצר אויב גלייבסטו אז די תורה קומט פון גאט איז נישט דא קיין קושיות
והשתא דאתית להכא איז אלע דוחקים וואס לעקוואד וחביריו האבן געמאכט צו פארענפערן יאיר וחבריו לכאורה איבריג.

דעמאלט פארוואס האבן מיר טענות אויף די אינקוויציע אין שפאניע, זיי האבן געגלייבט אז גאט וויל אז מען זאל פארברענען די אידן און מען קען נישט פרעגן קיין קשיות?

ווייל גאט האט זיי עס קיינמאל געזאגט, האט ער דען?

מיסטער גאלד דיר האט אויך גאט נישט געזאגט פרעזענליך אז טאמער א ישראל וויל צוגיין צו כהן אדער דוכנן אז זאלסט דיסקרימאניטירן בעיסט אויף זיין דזענעטיגס און נישט לאזן ,אבער די גלייבסט אז דאס וויל גאט און אזוי איז רעכט צו טוהן.

יאירלס קשיא איז געווען אויף א ספאנישער פויער וואס גלייבט מיט אן אמת אז דאס וויל גאט וואס קען מען האבן טענות אויף אים פארן גיסן בליט סנישט מעלה ומוריד צו גאט האט טאקע גזאגט...
עיין לעיל תשובתי ליאיר
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3753 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4280 מאל

הודעהדורך יואב » דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:07 am

הרב גנדי און הרב בדחן, כלפי ענקערע שאלות בענין חסידות - ראסיזם בנוגע שידוכים, האב איך אויבן געשריבן מיין מיינונג איך האב איבער שידוכים ביי ספרדישע. ס'קען זיין רעלעוואנט דא.

יואב האט געשריבן:געווענליך איינער (נארמאלע נישט ראסיסטישע שכל'דיגע פערזאן) וואס צווייפעלט איבער חתונה האבן מיט א ספרדי, איז עס נישט צוליב איר דירעקטע אפשטאם פונעם מער מזרח'דיגן טייל פונעם ערד קוגל. פשוט, בכדי צו קענען לעבן מיט א צווייטן מוז מען זיך פארשטיין, (אזוי גאר?) און העפענס טא בי אז ביי די יעניגע איז מער שכיח געוויסע איינצלהייטן וועלעכע זענען קעגן זיין ווילן. דהיינו, ער וואלט דאס נישט סובל געווען ביי א הארטשטאמידיגע אשכנזי עז וועל. נאר ער האלט אז ביי ספרדים קען זיך ענדערש מאכן. און אנדערע ווערטער, ער האסט געוויסע נאטורן א.ד.ג, און אויב איז ער גאראנטירט אז דאס איז מסודר, קען מען שטעלן א חופה. והוא הדין לגבי שווארצע. אז ער גלייכט נישט קיין טיפשום, און פערצופאל איז דא א גרעסערע פראצענט טיפשים ביי שווארצע ווי ביי די ווייסע, און נניח ער טרעפט א קלוגען שחור איז ער באקוועם דערמיט, איז נישט "שווארץ" זיין פראבלעם. דאס לייגט זיך נישט אויפן שכל עס זאל זיין ראסיזם, עס איז העכסט נארמאל א מענטש זאל זיך איבלען פון געפרוירענע מוחות אדער ספעציפישע התנהגות'ער. אויב אבער האסט ער אלע ספרדים צו שחורים - אפגעזעהן געפיראכצער, לעבנסשטייגער, קלוג, צו נאראנים, דאן איז ער העכס ווארשיינליך א ראסיסט.
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5779 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 27, 2013 11:59 pm

בעל הבית האט געשריבן:היינט איז ראסיזם שטארק אקטיוו ביי באבוב 48 זיי קוקען אן איינער וואס איז נישט פין זייער חדר (אנטשולדיגט פאר די טאטע שפראך) גאליצע וכדומה פונקט ווי ביי אוז א שחור

דאס האט א פסיכאלאגישן הסבר. מ'רופט דאס אויף ענגליש (אמעריקאניש) ארומרינגלען די וועגענער. ד.מ. דער באטרעפנדער אדער די באטרעפנדע גרופע פילט זיך אויס געשטעלט צו פארניכטונג אדער פאלירונג פון כח. נעמען זיי זיך ארום די וועגענער און באשיצן זיך פון א יעדן דרויסנ'דיגן כח אדער איינפלוס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 4:44 pm

מנחת תודה, מאמרים פון הגרח"ק
בייגעלייגטע פיילס
20190906_163719-1.jpg
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2507
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3917 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2620 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט