מאראנצןזאפט האט געשריבן:יעצט ווען ראסיזם אין אמעריקא וואלט גע'אסר'ט נאר ראסיזם מצד ראסע, וואלסטו געווען ביטער גערעכט.
אבער מה נעשה אז ראסיזם ווערט פאררעכנט א יעדע סארט וואס ס'קען דיך נאר איינפאלן, כולל ראסיזם מצד רעליגיע.
לעיקוואד האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:'בן נח נהרג על פחות משוה פרוטה' איז א שכל'דיגע הלכה?
א. דאס איז א הלכה ולא למעשה. איך גלייב נישט אז עס איז אמאל פארגעקומען אין היסטאריע אז מזאל עס טאקע טוהן. און עס איז קיינמאלנישט געווען אז מהאט געלערנט אין בית מדרש הלכות גויים מיט אן ערנסטקייט אויף למעשה.
ב. אין א וועלט ווי מפארשטייט בכלל אז גניבה איז מחוייב מיתה, און ר' אלעזר בר' שמעון מסר'ט אידישע גנבים צו די גויים זאלן זיי הרגנען, איז שוין די מעשה אנדערש.
די הגיון פון דער הלכה איז פונקט ווי יידל האט געברענגט, אז בעצם איז מען חייב מיתה פאר יעדער גניבה, עס איז נאר דא א טעכנישע דעטעיל אז עס איז דא א חילוק פון שו"פ ביז פחות משו"פ, איז די טעכנישע פרט זאגט מען עס איז נאר ביי יידען וואס אויף זיי זענען חל חוקי התורה. קענסט דיך דינגען אויף די הגיון פון הרגנען גנבים, און אויף די הגיון פון דין שו"פ, עס איז אבער קלאר נישט געבויט אויף א מהותדיגער חילוק פון א יוד ביז א גוי.
יאיר האט געשריבן:יידל האט געשריבן:יא.
'בן נח נהרג על פחות משוה פרוטה' איז א שכל'דיגע הלכה?
יאיר האט געשריבן:וואס פארשטייט ר' יעקב צו א שטיקל רמב"ם?![]()
דו זאגסט אז ס'איז דא מאמרי חז"ל לכאן ולכאן. אדרבה, איך וואלט זייער געוואלט זען עפעס א קנאקעדיגע מאמר חז"ל וואס זאגט אז אלע מענטשן זענען גלייך, א גוי איז גארנישט ווייניגער ווי א איד, און בעסער אז ס'איז נישט קיין פארשטיפטע תנא דבי אליהו, נאר אזא וויכטיגע דרש פון גמרא פון וואס מען לערנט ארויס אזעלכע יסודות'דיגע לימודים ווי גוי אין לו חייס אדער בן נח נהרג על ז' מצוות. אפשר קענסטו מיר טרעפן נאך בעסערס, אז עס זענען דא געוויסע מעלות ביי גויים וואס מיר אידן האבן נישט. דאס וואלט געווען געשמאק.
גאלד האט געשריבן:די ראסיסטן קעגן שחורים צווישן היימישע אידן, זענען געווענליך די וואס האבן ווייניגער שכל ווי דער עוורעדש שחור
געפילטע פיש האט געשריבן: שטודיעס ווייזן אז ראסיסטן האבען בדרך כלל א נידעריגערע IQ.
ברסלבער האט געשריבן:במה דברים אמורים, ביי איינעם וואס פארשטייט אזוי מדעתו, משא"כ איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין אזא סביבה, איז שווער אזוי דן צו זיין.
דהיינו א תינוק שנשבה איז מען דן אנדערש נישט נאר כלפי שמיא נאר אויך אין די וועלט פון IQברסלבער האט געשריבן:במה דברים אמורים, ביי איינעם וואס פארשטייט אזוי מדעתו, משא"כ איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין אזא סביבה, איז שווער אזוי דן צו זיין.
לעיקוואד האט געשריבן:ראסיזם איז נאר די אמונה אז אידען זענען עפעס בעצם אנדערש מער בעסער ווי אנדערע, נישט אלץ זייער אמונה אדער רעליגיע וואס איז מער ריכטיג, נאר בעצם אז די אידישע ראסע איז עפעס בעסער און אנדערש פון דער גוי. אויף דעם האב איך געזאגט אז סך הכל אפאר מפרשים פארשטייען אזוי, ובראשם דער כוזרי והנמשכים אחריו, אבער אין דער תורה אליינס טרעפט מען דאס נישט, און איך בין נישט מחוייב צו גלייבען אין דעם. דאס איז טאקע ראסיזם און עס איז נישטא קיין נארמאלער סיבה עס צו גלייבען.
געפילטע פיש האט געשריבן:די עולם מישט דא צאם רעליגיע מיט ראסע. ראסע איז א זאך וואס מ'קען נישט טוישן, א שווארצער בלייבט א שווארצער, און צו אריינצוגיין אינעם אריאנע ראסע קען מען זיך נישט מגייר זיין, משא"כ די אידישע רעליגיע וואס נעמט אן גרים, אפגעזען פון דיין אפשטאם, ראסע, קענסטו ווערן א איד. און דאס קען נישט זיין ראסיסטיש.
אבער א ראסיסט קענסטו נאך אלץ זיין, אזוי ווי א גרויס חלק פון אונזער קאמיוניטי וואקסט אויף ראסיסטיש, אבער מיט אידישקייט האט עס נישט צו טוהן.
moti107 האט געשריבן:לא יבא ממזר בקהל השם
כהן לוי ישראל
זר הקרוב ימת
מלכות בית דוד
ראסיזם פון מיין פראספעקטיוו איז all men created equal under god און ווער ביסטו קליינע מענטשעלע צו מאכן חילוקים וועגן color nationality religion
אבער גאט מעג יא !! סאיז זיין וועלט כחומר ביד היוצר אויב גלייבסטו אז די תורה קומט פון גאט איז נישט דא קיין קושיות
והשתא דאתית להכא איז אלע דוחקים וואס לעקוואד וחביריו האבן געמאכט צו פארענפערן יאיר וחבריו לכאורה איבריג.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט