קמחא דפסחא מיט בושות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קליינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:06 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

קמחא דפסחא מיט בושות

שליחה דורך קליינער »

עס איז מיר דערגאנגען א שמועה אז צווישן די פילע צדקה אונטערנעמונגען וואס ווערן פארמירט די טעג אלס הכנה צום גרויסן יום טוב פון זמן חריתינו, זענען אויך פאראן גוטע אידן וואס טוען אויסטיילן פעקלעך און זעקלעך פאר נויטבאדערפטיגע משפחות אבער פארגעסן און אפשר ווילן זיי גאר אז מען זאל זיך בשעת'ן אויפפיקן די פעקלעך, זיך דערמאנען אז מען איז געווען עבדים ביי פרעה'ן און אייננעמען שווערע זעק מיט בושות ביינאזאם מיט די זעק צוויבל.

איך שרייב נישט קיין נאמען, און איך מיין נישט ספעציפיש קיינעם איידער איך בין אליינס געפארן נעמען און מיטהאלטן די שנארעריי אקציעס, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן פון מעורר זיין די וואס טוען אזעלכע הייליגע מצוות אז מען דארף אכטונג געבן אויף כבוד הבריות און זיך אויפפירן אביסל מענטשליך.

איך וועל דא אראפגעבן א ווארט פון מיינער א פענע ידיד וואס האט אט דאס געשריבן:

איך גלייך זייער צו העלפן אידן, און ווען איך בין אראפגעגאנגען צו ...... וואס איז בארימט מיט זיין קמחא דפסחא פארטיילונג אין ...... בין איך געווארן פייער רויט ווען ער האט מיר נישט געענדיגט צו צימבלען און פרעגן אויב איך בין זיכער אז איך דארף טאקע אזויפיל באקסעס פאר יענע משפחה און איך זאל נאכאמאל טשעקן אויב איך נעם נישט איבעריג...

ער פרעגט מיט ווייטאג, יעדער ווייסט אז דאס זענען נישט קיין שטאטישע פראגראמען און מען טיילט נישט פון אן ענדלאזע קאסע, איז פארוואס אפשטעלן יעדן און פרעגן אזעלכע נארישע פראגען? נעמט מען דען ווייל מען וויל? די הוצאות יום טוב זענען דאך אומגעהויער און דאס מאכט אז מען זאל מוזן אויסשטרעקן די הענט, און פארוואס אזעלכע בושות???
מיין שרייבן-צייט איז זייער באשרענקט, דעריבער, טו איך נישט איבערליינען, איבערשרייבן, מעקן אדער קארעגירן מיינע ווערק.
סליחה.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר