קינדער וואס גייען אוועק פון זייער עלטערנס וועג אין אידישקייט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

קינדער וואס גייען אוועק פון זייער עלטערנס וועג אין אידישקייט

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

שלא כדרכי וועל איך עפענען אן אשכול אן זאגן מיין פערזענליכע דעה, כ'וועל אראפלייגן בקיצור נמרץ אן איבעי' מיט ביידע צדדים, ווער עס האט עפעס א תא שמע אדער א מהלך אינעם נושא איז מכובד צו נעמען דעם עמוד אין זינגען א שטיקל.

כ'האב געזעהן דעם אחרון של פסח ווינער רב'ס ז' אדר דרשה ווי ער איז זיך שטארק מתמרמר איבער די אפגעפארענע בחורים אין אינגעלייט פראבלעם, אינמיטן צוקאכט ער זיך אז ער קען פשוט נישט משיג זיין די אכזריות וואס די חברה באגייען אנטקעגען זייערע עלטערן, די עלטערן גייען דאך צוגרינד פון צער און ווייטאג איבער זייער פארלוירן קינד, און ווי איז זייער כרחם בן על אב?

אויבן אויף האט ער א שטארקע טענה, סוף כל סוף טוען דאך די אלע מומר לתיאבון'ניקעס און אפגעפארענע די אלע זאכן צוליב תאוות אדער באקוועמליכקייטן, טא וואו איז זייער געפיל צו זייערע טאטע און מאמע? וועגן אביסל באקוועמליכקייט לייגסטו אריין דיין טאטע און מאמע אין קבר?

וכאן הבן שואל: איז דאס טאקע אזוי שווארץ און ווייס?

אז א אינגערמאן דיסיידט אז ער וויל גיין אן מיט א געשטיצטע בארד און פאות, א בלויע העמד אינדערוואכן, און זיין ווייב זאל זיך נישט שערן, און ער האלט אז די חסיד'ישע טראגע און מנהגים שטימט מער מיט פוילן תרכ"ה, און די טאטע א רעבע-זכרונה-לברכה איד צוגייט פאר צער ווי קאצקע צוקער אין א קאווע, ברויך ער זיך רעכענען דערמיט? גייט דאס אריין אין זיינע מאראלישע פליכטן וואס ער האט צו זיין טאטע און מאמע? אדער אפשר קען מען זאגן אז די פליכט צו א טאטע און מאמע ענדיגט זיך ווען עס האנדעלט זיך ווען די עלטערן ווילן ארויפצווינגען א לייף סטייל אויף זייער קינד?

מען קען נעמען די שאלה נאך ווייטער: וואס טוט זיך אויב דער קינד גלייבט נישט אין גארנישט, ברויך ער נאך אלץ קייען מצה און מרור יעדע ט"ו ניסן, אין זיצן און א סוכה ט"ו תשרי, און גיין מיט א GB בעקיטשע, אלץ כדי נישט וויי צו טוען זיינע עלטערן?

מען קען פרעגן אויף די עלטערן אויך, איז דאס נארמאל אז די עלטערן ווערן משוגע פאר צער אז זייער קינד גייט אוועק פון זייער דרך? איז דאס א לעגיטימע צער? אדער איז דאס א סארט צער וואס מען קען אוועקנעמען מיט א באהאנדלונג פון א פסיכאלאג? און אויב מען קען עס אוועקנעמען מיט א באהאנדלונג קען דאך דער זון טענה'ן אז ס'נישט מיין פראבלעם, ס'ענקערס? אדער אפשר העלפט טאקע נישט קיין באהאנדלונג (אויב די ווייטאג איז וועגן מה יאמרו הבריות מיין איך אז עס העלפט יא אביסל א סעישן-צוויי פון א געניטע פראפעשינאל).
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 156 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר