א פרישע גאונ'ישע המצאה: אויטאנאמיע!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

א פרישע גאונ'ישע המצאה: אויטאנאמיע!

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]קודם א הקדמה קטנה: ליינט נישט דעם ארטיקל בין גברא לגברא, און אויך נישט בחפזון, ליינט עס במתינות מתחלתו ועד סופו, אפילו אנפאנג זעט דער ארטיקל אויס קאמיש איז עס אבער טויט ערנסט, ס'איז 'דברים גדולים נשנו כאן'.

און יעצט צום ענין:
איך וויל אדרעסירן א פרישע הצעה וואס איז ערווענט געווארן אין איינע פון די אידישע אויסגאבעס, א נייע געדאנק ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט די גזירות גיוס, הגם די הצעה איז אזוי אבסורד, אז עס פארדינט אפילו נישט קיין אנאליז און אפּ-ענטפער, וויל איך עס יא אדרעסירן, וועגן צוויי סיבות איינס: ווייל סוף כל סוף זענען דא מענטשן וואס קענען דאס נאכזאגן מיט א פשטות אן א בלינק מיט א אויג, צווייטענס, וזה העיקר: דאס וועט זיין א שטיקל הקדמה צום קומענדיגן ארטיקל 'דער אלטערנאטיוו'.


די פרישע הצעה איז נתחדש און געדריקט געווארו אש שחורה על גבי אש לבנה אינעם איינציגן אומאפהענגיגע אידישע ארגאן 'דער איד', אין דעם רעספעקטירטע אפטיילונג 'פון דא און דארט', יענער, א גרויסער חכם, וואס שרייבט מער פון דארט ווי פון דא, רעדט איבער די מעגליכקייטן וואס די חרדישע אידנטום האבן אין באזיס זיך צו ספראווען מיט די גזירת גיוס, צווישן אנדערע דערמאנט ער דארט א פלאן אז חרדישע אידן זאלן פארלאנגען פון מדינת ישראל אויטאנאמיע. און פטור אן עסק.

איר הערט ברידער טייערע, אויטאנאמיע, נישט מער און נישט ווייניגער אויטאנאמיע!!

לאמיר דאס אביסל צו לייגן אויף קליין געלט וואס דאס מיינט אויטאנאמיע, און וואס אזא פארלאנג באדייט, און פארוואס אזא געדאנק איז אזוי לעכערליך און טפשות'דיג אזש עס פאסט ניטאמאל פארן פורים אפטיילונג פון דער איד 'פון דא און דארט' .

אויטאנאמיע מיינט אין אנדערע ווערטער, אז חרדים זאלן האבן אן אייגענע ווירטשאפט, אזא סעמי אייגענע לאנד, אלע הוצאות אלע הכנסות אלע שטייערן גייען צום נייעם געשאפענעם אויטאנאמיע לאנד, און מען זאגט צו מדינת ישראל שלום ולא להתראות.

און דעמאלטס וועט זיין א עולם התיקון!!
אדער אפשר א מדבר שממה.

כדי מ'זאל פארשטיין וואספארא עולם התיקון ס'וועט דעמאלטס זיין, וועלן מיר פרובירן עס מסביר זיין אויף קליין געלט.

שטעלט'ס ענק פאר מדינת ישראל נעמט אן דעם פארשלאג, זיי געבן אהין פאר די חרדים א שטיקל לאנד, אבער נישט אין מדינת ישראל נאר אין א צווייטן קאנטינענט, א שיינעם פרוכטבארן שטח, ערגעץ אינעם אפריקאנעם דזשאנגל, מען צאלט אלע חרדים 'א איין וועג טיקעט' און מ'זאגט זיי 'יוא-אר-אהן-יואר-אוין'. כ'מיין אז א פעדער איז צו ארעם צו באשרייבן ווי אזוי עס וועט דארט אויסזעהן נאך א צוויי דריי יאר.

אין איין ווארט: מיר וועלן נישט אויסזעהן קיין סאך אנדערש ווי די צוריקגעבליבענע אפריקאנע שבטים וואס דרייען זיך דארט, איך רעד פון די שבטים וואס גייען נאך מיט די אור-אלטע צירונג פונעם שטיין עפאכע, דריי רינגלעך אריינגעבויערט אינעם אויבערשטן ליפּ, און צוויי גרויסע עלעפאנט ציינער קינסטלעך אריינגעשטעקט אינעם אויער לאך אלץ אן ערזאץ פון די היינטיגע אויערינגלעך, א אפגעהויבלטע בּאַמבּאָ דורכגעלעכערט פון איין באק צום צווייטן, די מקומות המכוסים זענען באדעקט מיט קליידער געמאכט פון פייגן בלעטער און צווייגעלעך אזוי ווי אדם הראשון הארט נאכן זינדיגען.

קיין הייזער וועלן מיר, חרדים, נישט קענען בויען פשוט ווייל מיר האבן נישט קיין אינזשענירן, און אפילו עס וועט זיך מאכן א בעל תשובה דארט וואס האט אין זיינע עבירות יארן געלערנט אביסל פון די חכמה היוונית, האלטן מיר נאך אויך נאך נישט אין ערגעץ ווייל מיר האבן נישט די מינדעסטע ידיעה ווי אזוי צו פארקנעטן ליים, ווי אזוי אויסהאקן א ציגל, ווי אזוי אויסשעפן אייזן פון דער ערד, צולאזן אייזן, גליען און פארמירן אייזן און שטאנגען, א קיצור מ'קען אויסרעכענען בערך הונדערט פאכן וואס מען דארף אלץ קענען צו קענען פראדוצירן כלים און סחורה אויף צו בויען א פשוטע הויז.

אלזא וועלן מיר גיין וואוינען אין די היילן, מען וועט טרעפן הויכע בערג, אויסזוכן א נקרת צור, זיך באזעצן דארט און לעבן אזוי ווי מען האט געלעבט פאר פיר טויזענט יאר צוריק.

פאנגט זיך אן די שאלה וכי תאמרו מה נאכל?

איז אזוי, פון ירוקת און פירות קען מען פארגעסן ווייל אויף דעם דארף מען אויך קענען מער ווי פופצן מלאכות, ווייל נישט נאר גרינע דאלערס וואקסן נישט אויפן בוים נאר פירות און ירקות וואקסט אויך נישט - אז מען ווייסט נישט ווי אזוי צו פלאנצן, אז מען ווייסט נישט ווי אזוי צו זייען און אקערן וואקסט נישט קיין שושנים נאר חוחים. און אז די עסקנים וועלן ארלעדיגן אן אקער אייזן און א אפאר אקסן איז מען נאך אלץ נישט קיין געהאלפענער ווייל אפילו עס וואקסט שוין, דארף מען וויסן ווי אזוי זיך צו באגיין דערמיט בשעת'ן וואקסן, וועלכע כעמיקאלן צו שפריצן אקעגן ווערים, וועלעכע שלעכטע גראזן אויסצורייסן, און ווי אזוי אוועק צולייגן פון ווינטער אויפן זומער, און די אלע זאכן גייען אריין אין ללמדו אומנות וואס מיר האבן שוין פון לאנג פארלוירן די מסורה אויף דעם צוזאמען מיטן תכלת.

העט מען גיין אויף א פלייש דיעטע, מ'וועט זיך מוזן ארויסלאזן אויפן יאגד און גיין פאנגען חיות, הערשן און זשיראפן, איי פון ווי וועט מען האבן א פייל אין בויגן, א גוטע קשיא, אפשר וועט מען מאכן נעצן פון שטריק, ווי אזוי מאכט מען שטריק? שוין הער אויף משוגע מאכן, אפשר וועט מען כאפן דעם הערש מיט די בלויזע הענט, מוועט עס שעכטן מיטן שוחט אדער מילה מעסער, דאס האבן מיר לרחצה [איינמאל דאס מילה מעסערל וועט אנפאנגען ראסטן ווייס איך נישט וואס מ'וועט דעמאלטס טוען, אפשר וועט מען מהלען מיט א א שארפע שטיין אזוי ווי ציפורה ווען די שלאנג האט איר געוואלט איינשלינגען.

ווי אזוי קאכט מען אפ דעם הערש? קיין כירות קען מען נישט בויען און א תנור אוודאי נישט, ניטאמאל א כופח, ווייל די פני שבת בילדער משניות קומט נישט מיט קיין אינסטראקשענס, בלית ברירה וועט מען עסן בישרא דגמרי, דאס הייסט קוילן-פלייש, אבער דער עולם וועט שוין זיין אזוי הונגעריג אז מען וועט עס אראפשלינגען נאך פאר עס האט צייט צו ווערן כמאכל בן דרוסאי.

מ'קען אינדעם דעם מאריך זיין אזוי לאנג עד שיעלה עמוד השחר, נאר פארוואס מאכן מער קאלעמוטנע אויפן הארץ ווי מען דארף, דער קלוגער כאפט שוין אזוי, און דער נאר... ליינט דאס ממילא נישט.

די נקודה איז אז די שאנסן איבערצולעבן אזא מצב מער ווי פינף יאר איז נענטער צו נול, מענטשן וועלן שטארבן און די מאסן פון הונגער און מחלות און וועם די הונגער און מחלות וועט איבערלאזן וועט די ווינטער-פרעסט און די זומער-היץ צו ענדיגן, ממש אזוי ווי די תוכחה ח"ו היל"ת.

מיט אזא וואוינוג און נערונג, וועט בערך איינס פון פינף קינדער איבערלעבן די מחלות און קרענק וואס בוזשעוועט דארט ווי די ארבה אין מצרים. און די שארית הפליטה וועלן אויך נישט לעקן קיין האניג, ביי די זעקס אין דרייסיג וועט מען שוין נישט האבן קיין איין ציין, אזוי אז פון קייען מצה ביי כורך וועט מען קענען פארגעסן, איינער וואס וועט דערלעבן די פערציג וועט הייסן א זקן ובא בשנים.

אויפן בעסטן אופן וועל די מער פעסט געבויטע, די מיט אן איבערפלוס פון געזונטע גענעס זיך אדאפטירן צום זשאנגעל לעבן, זיי וועלן אויסקוקן ווי נאך איינע פון די צענדליגע שבטים דארט ענליך צו די רויטע בני משה אדער די שווארצע בני גד.


יא יא, אזוי זעהט אויס א קולטור וואס האט ארויס גערופן א מלחמה קעגן וויסענשאפט, א מלחמה קעגן טעכנעלאגיע, א מלחמה קעגן עקאנאמיע, א מלחמה קעגן יעדע זאך וואס מאכט אונזער לאנד, אונזער געזונט, אונזער לעבנס שטייגער אנדערש ווי די אפריקאנע זשאנגעלס.


דאס אז מיר לעבן אויסגעמישט צווישן ציוויליזירטע מענטשן, און א פארגעשריטענע סאסייעטי ברענגט אונז אריין אין א אילוזיע, אז מען קען באמת האבן פון ביידע, מען קען בלייבן מיט אביסל סייענס פון פינף טויזענט יאר צוריק, און מען קען הנאה האבן פון א לעבנס שטייגער פון שנת אלפיים ושלש עשרה. אבער די מציאות קראכט אין פנים, ס'גייט נישט צוזאמען.

די איינציגסטע סיבה פארוואס היינט צוטאגס זעהען מיר אויס אנדערש ווי די אפריקאנע שבטים איז ווייל מיר לעבן צווישן ציוויליזירטע מענטשן, און יא! מיר לעבן מער ווייניגער אויף זייער חשבון.

רבותי, מיר זענען אפריקאנע שבטים וואס דרייען זיך צווישן ציוויליזירטע מענטשן, מיר זענען אומוויסענדע עטיאפיאנער וואס לעבן אויף די גענאדע פון געלערנטע, און אז דאס האט געקענט אנגיין פאר פופציג יאר אדער פאר הונדעטט יאר מיינט נישט אז עס איז א דבר של קיימא, רבותי די צייט וואס מלאכתינו נעשית ע"י אחרים האלט זיך ביים ענדיגן און יפה שעה אחת קודם.

ס'איז דא א פשוטע עקאנאמיע קאנצפעט וואס כמעט יעדע בר בי רב און היי סקול סטודענט פארשטייט דאס, און ביי אונז קען זיין קלוגע אידן מיט לאנגע ווייסע בערד (צו אן בערד) וואס די דאזיגע דבר פשוט גייט זיי נישט אריין אין קאפּ, איך רעד פון קלוגע אידן, ראשי קהילה, עסקנים, קהילה פארטרעטער, עדיטאריעל שרייבער, צייטונג שרייבער וכו',

די קאנצעפט איז וואס טייטש "געלט", געלט טייטש נישט שטרות, געלט טייטש ארבעט, געלט טייטש פראדוקציע, די 'בענזשאמין פרענקלין שטרות' איז סך הכל א שטר מוסכם, א וואלוטע וואס געמיינדעס, לענדער און אינדיווידואלן פארטוישן זייער פראדוקציע, און יעדנ'ס וואלוטע ווענדט זיך און לויט דעם קראפט פון זייער עקאנאמיע.

אמאליגע צייטן האט יעדע געמיינדע, יעדע לאנד, געמוזט פראדוצירן אלעס אליין, פון אלף ביז תיו, אשל מלא, פון זאקן אנצוטאן ביז פרוכט צו עסן, מיט די יארן איז די וועלט געווארן מער פארגעשריטן האט מען אנגעפאנגען אימפארטירן און עקספארטירן פון איין לאנד צום צווייטן איז די גאנצע וועלט געווארן ווי איין גרויסע אינטערנאציאנאלע געמיינדע, ממילא דארף נישט יעדע לאנד פראדוצירן אלעס אליינס, אבער יעדע לאנד דארף פראדוצירן גענוג סחורה וואס זאל ווערד זיין די שוויות פון אלע זייערע הצטרכות פון אלף ביז תיו, אז נישט זענען זיי אין א דעפעציט!!.

היינט איז שוין אזוי אז יעדע לאנד האט זיך זיין עקספערטיז וואס ער פראדוצירט, אזוי דארף די וועלט געמיינדע אנקומען צו אים, למשל יאפאן פראדוצירט טעכנאלאגיע קאמפיוטערס און קארס, ווידעראום רוסלאנד פראדוצירט וואפן און אויל, די אראבישע גאלף לענדער וואס האבן נישט אסאך צו פארקויפן האבן זיי ברכת ישמעאל וכו', מדינת ישראל איז שטארק אין טעכנעלאגיע אגרי-קולטור וכו' די אונטערשטע שורה איז אבער ווי אויבן דערמאנט אז יעדע לאנד דארף פראדוצירן גענוג סחורה וואס זאל ווערט זיין די שוויות פון אלע זייערע הצטרכות'ן פון אלף ביז תיו, אז נישט זענען זיי אין א דעפעציט.

ולכן דייטשלאנד וואס איז א העכסט געבילדעטע לאנד שטעלט צו פון בי עם דאבעליואס און באש מיקסערס, ביז טעלעפאנס און מערצעדיס, זענען איינס פון די גרעסטע עקאנאמיע וועלטס מאכטן, האיטי מאידך גיסא וואס פארמאגט גארנישט אויסער א מאסע אומגעבילדעטע מענטשן א באנדע אנאלפאבעטן און פארקויפן נישט גארנישט אויסער מאסע ארבעטער וואס זענען גרייט צו קלויבן קאקאו באנדלעך איז זייער עקאנאמיע גוט אין דער ערד, ולכן זענען דא דארט מגיפות לרוב, און מיליאנען קינדער וואלטן שוין לאנג געשטארבן פאר הונגער ווען נישט אמעריקע און די יו ען מישט זיך אריין און דערהאלט זיי ביים לעבן מיט א טעלער רייז און גלזעל וואסער.

יעצט לאמיר צוריק גיין צו אונז חרדים: וואס איז אונזער פראדוקציע אויסער קינדער?

וואס פראדוצירן מיר אויסער קניפן ציצית, וועבן גארטלעך און פלעכטן הבדלה לעכט, גארנישט, און נאכאמאל גארנישט. אין איין ווארט, אונזער פראדוקציע דעקט נישט אונזערע הוצאות. אונזערע הוצאות איז אזוי ווי יעדע ציוויליזירטע פאלק (און אפשר נאך מער) און אונזער פראדוקציע איז עשרת מונים מתחתיו.

די תירוץ מיט וואס די חרדישע ישראלישע פרעסע פארטעמפט די מוחות פון די מאסן, איז אז מיר צאלן די מערסטע מע"מ (שטייער) ווייל מיר קויפן די מערסטע עסן, פאר אונזערע קינדער געבענטשע פאמיליעס, און ווען מען קויפט עסן צאלט מען צען פראצענט מע"מ, ממילא ביישטייערן מיר די מערסטע פאר די מדינה.

רבותי דאס איז א פאלנע קאפ פארדריי. ווייל אויב איז עס אמת הא גופא קשיא, פון ווי נעמען מיר די געלט צו קויפן עסן, נאכאמאל פאר ווער ס'האט נישט פארשטאנען ביז איצט, געלט קען נישט קומען און קומט נישט נאר דורך פראדוקציע וואס עס ווערט איינגעטוישט פאר וואלוטע (געלט) פון וועמענס פראדוקציע קומט אונזער געלט? נישט פון אונזערס ווייל מיר פראדוצירן זילטש.

ווי אזוי באצאלן מיר פאר עסן?
ווי אזוי באצאלן מיר פאר דאקטוירים?
ווי אזוי באצאלן מיר פאר פאליציי און פייער לעשער?
ווי אזוי באצאלן מיר פאר לעקטער און געז?
ווי אזוי באצלן מיר פאר אלע סערוויס פונעם לאנד פאר די ראודס, סייד וואוקס, אינפאסטראקטור באסעס, לופט פעלדער, וכו' וכו', איך רעד שוין נישט פון מיליטער משמר הגבול מוסד און שב"כ.

מיט וועמענס פראדוקציע? נישט מיט אונזערס ווייל מיר פראדוצירן גארנישט.

אויב איר האט נאך קווענקעלנישן און צאנקענישן איבער דאס וואס איר האט נארוואס געלייענט, ליינט דעם קומענדיגן הודעה.[/justify]
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 56 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר