ה' אייר אנאליז

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3087
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

ה' אייר אנאליז

שליחה דורך מאטי »

אין ליכט פון ה' אייר, דער יום ה..... וה....... (יעדער קען אריינלערנען אין די פינטעלעך איש כמחנהו וכדגלו) וויל איך אנאליזירן אפאר נקודות איבער מדינת ישראל. אבער קודם אן הקדמה:

איך בין נישט קיין גרויסער היסטאריקער. אויך פאליטיק איז נישט פון מיינע שטארקע פונקטן, עכ"פ נישט גענוג צו דעבאטירן די לייבן דא אין שטיבל. מיט דער שיטת הקנאים קען איך מיך אויך נישט אויס גענוג קלאר (קאך לעפל אפשר יא), דעריבער וויל איך דא נישט אנאליזירן די מדינה פון א היסטארישער אדער פאליטישער שטאנדפונקט (הגם איך גלייב אז דער וויסענשאפט אויף די אויבן דערמאנטע קען אין א געוויסער זין שוקל דעת זיין מיין מיינונג לכאן או לכאן). ווי אויך וויל איך נישט אריינגיין אין די קנאי'שער (לייען אידישער?) ארגומענט לגבי די בענעפיטן אדער פארקערט פון דער אידישער לאנד.

איך וועל מיך בלויז באציען צום פראקטישן חלק. דהיינו אויב היינט צוטאגס, נאכן דורך לעבן די גאנצע היסטאריע, האט זיך פאקטיש די מדינה געלוינט פארן אידישער פאלק אדער נישט.

איך בעט פון אונזערע חברים דא - די היציגע ווי די מעסיגע - ארויסצוברענגען אייער מיינונג מיט כבוד און רעספעקט. לאזט איבער אייערע עדזאקטיוון אין הארץ אפילו ס'ברענט אין אייך א ווילן צו מוחה זיין אדער מבזה זיין א ניק. וואס איר האלט האט נאר וואס געשריבן לפי דעתכם קעגן רצון ה' אדער נאריש געדענקט! כשם שמצוה לומר וכו'.... קיינער איז נאך נישט געווארן א קנאי קארעספאנדירנדיג ווירטואל.. 

איך וועל אנהייבן מיט דעתי הגדול (הקטן זה לשון גדולים ולאו צורבא דרבנן אני):

אויב גייען מיר צוריק אין צייט 65 יאהר ווען דאס יודיש פאלק איז געווען צוקלאפט און צודריקט, אן קיין האפענונג צו עפעס א נארמאלן גלות'דיגער מעורב בין הגוים'דיגער לעבן, האט שכל און געפיל זיכער דיקטירט אז א נייער לאנד איז א ישועה פאר כלל ישראל.
און פארוואס דען נישט? בשעת מ'האלט זיך נאך אינמיטן באנדאזשירן פון די מאויים'דיגע די וועלט'דיגע גיהנום, האט געהערשט א פיזיקאלער און גייסטישע דראנג פשוט צו עקזיסטירן אן אטעמען פרייע לופט. 
דאס אידישע פאלק האט געליטן אלע יארן פון אירע גוי'אישע שכנים. ס'הערט זיך שוין אפילו boring צו רעדן און איבער דערציילן די אלע תקופות.
אבער דער צווייטער וועלט מלחמה האט אלעס איבערגעשטיגן! מ'האט זיך געשפירט אין א מצב פון 'גענוג איז גענוג'! ס'איז געווען אזוי אומרעאליסטיש צו זיין א קעגנער פון א אייגן לאנד, אז נאר אזא כח ווי סאטמר רב זצ"ל, וואס האט לכל הדעות פארמאגט אבנארמאלע פירערשאפט און א ריזן כח המושך צו קאנווינסן זיין עולם אז דאס איז נישט קיין טובה פאר כלל ישראל.

למעשה וויאזוי האט זיך דאס היינט קוקענדיג אויף צוריק ארויסגעשטעלט? 

קודם וועל איך ארויסברענגען אפאר גוטע חלקים:

+ מדינת ישראל איז מער-ווייניגער א דעמאקראטיש לאנד, דער איינציגער אין א קאנטינענט פול מיט חיות בצורת אדם.
+ פארמאגט א געזונטע שטארקע עקאנאמי אן א טראפן אויל.
+ א סאפיסטיקירטע דיפענסיע וואס פארשעמט אסאך אסאך אנדערע גאר עלטערע לענדער אינעם כדור הארץ.
+ דער גרעסטער תורה צענטער אין דער וועלט. ישיבות, כוללים, חסידות, ש"ס אידן, דרייען זיך דארט צווישן די פינגערס.
+ די מדינה האט אן קיין ספק געהעכערט דער אידישער שטאלץ אין דער וועלט. 
+ אידן שפירן זיך באשיצט האבנדיג א רעגירונג/פאליציי/מיליטער אליינס אידן וואס זייערע עלטערן זענען דורך געגאנגען צרות צוליב זייער נאציאליטעט.

די נישט גוטע חלקים:

- מלחמות שונות וואס האבן פארשניטן טויזענטער אידישע לעבנס.
- טעראר איז א מציאות און א שרעק אין טאג-טעגליכן לעבן.
- ארומגענומען מיט מיליאנען דם שונאים, וואס א גרויס חלק טוען פאר א ליווינג אויספלאנירן ווי מ'קען טעראריזירן ישראלים, און די איבריגע ליידיגגייער סימפאטיזירן מיט זיי, מילד גערעדט.
- אויב פארט א ישראלי ארויס פון שטאט און בלייבט ח"ו שטעקן נאנט צו אן אראביש דערפל, וויל איך אפילו נישט טראכטן וואס פאסירט מיט אים. נישטא אין די גאנצע וועלט אזא מציאות. און וואו ס'איז יא אזוי, וואוינט מען טאקע נישט דארט.
- די מדינה האט נישט קיין אייגענע דעה ווען ס'קומט צו אויסערן פאליסי, נאר איז אונטערגעווארפן צו אמעריקע און אירע אליאירטע וואס טיילן זיי איין אזש וואו צו בויען פרישע הייזער, ווען אנצוהייבן און ווען צו ענדיגן קלאפן אויף פאלנע טעראריסטן. די וועלט וויל נאך היינט נישט פארשטיין וויפיל מ'זאל נאר נישט מסביר זיין אז דער איד האט פונקט אזא רעכט ווי דער גוי זיך צו דיפענדן פון טעראריסטן.
- ס׳הענגט אויף די רעליגיעזע אידן אין לאנד א וואלקן פון אומ-סימפאטיע, מילד גערעדט, וואס איז בכלל נישט שטייגערליך פאר א מערב וועלט דעמאקראטיע. הגם איבעראל איז בכלל נישט ריין דערפון למחצה ולרביע.
- די ברענענדיגע נושא פון גיוס בנים, אפגעזען וויאזוי מ'זאל דאס נאר אנקוקן, גערעכט צו אום-גערעכט, איז דאס אן ערנסטע פלאנטער פאר יהדות החרדית וואס איז נישט דא אין קיין לאנד וואו אידן לעבן היינט. און זאל מיר נישט קומען די חכמים דא א שטייגער ווי... שוין נא .. (כ'האב דאך געמאכט אן הקדמה) וועגן מאראלישע פליכטן צו קאנטריביטען אייניג, פאר דו ביסט מסכים צו שיקן דיין בחור'ל אין היזיגען מיליטער.

יעצט צום סיכום:

אונזער וועלט איז אין די לעצטע 50 יאר דורך געגאנגען א ריזן טראנספארמאציע. זי האט זיך מאדערניזירט אין א גאלאפישן שנעלקייט ווי קיינמאהל בעפאר. "טאלארענץ", א וויכטיגער קאמפאנענט וואס האט געפעלט אינעם מיטל אלטער, און דורך דעם ביישטייערט צו א געוואלד מיט אידישע צרות און רציחות, איז היינט א נארמע אין די מערב וועלט. אידן לעבן אין פרידן אין א געוואלד מיט לענדער איבער די וועלט, און פראקטיצירן מיט פרייהייט וואס זייער הארץ באגערט אויף א פארנעם וואס מ'האט זיך נישט געוואגט צו חלומ'ען אינעם מיטל אלטער.

ס'הערט זיך אפשר קאנטראווערסיעל, אבער ס'לאזט זיך זאגן אז אויב די אידן אין ישראל וואלטן נישט געהאט די אפציע פון ארויפגיין אין ישראל, נאר געווען צושפרייט אין לענדער ווי אמעריקע, קאנאדע, מעקסיקא, ענגלאנד, פראנקרייך, ארגענטינע, בראזיל, אוסטראליע, שווייץ, בעלגיע, ועוד, וואלטן זיי לאו דוקא געלעבט ערגער ווי איצט.

יעצט פרעגט זיך די פראגע: האט זיך למעשה היינט צוטאגס געלוינט - פראקטיש גערעדט - צו פארמאגן א אידישע מדינה??
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves

דער אשכול פארמאגט 41 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר