תקנה לדורות מיוחד לנשים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך דעת תורה » זונטאג אפריל 21, 2013 8:15 pm

חד גדיא האט געשריבן:עס שטייט נישט אזא זאך אין די גמרא. נאר אז פרויען האבן זיך באשמירט און למעשה פראבירט צו פארכאפען בחורים.


איך זע אז דו (און געפילטע) ביסט גערעכט געווען.

די גמרא אין יומא איז טאקע נישט אזוי קלאר, אבער די גמרא שטייט אויך אין מס' שבת דף ס"ב און דארט שטייט קלאר דמליין עיינייהו כוחלא ומרמזן ווי רש"י טייטשט עס דארט מיינט עס אז זיי האבן געפלירט מיט די בחורים אן פרובירט צו ציען זייער אויפמערקזאמקייט. טאקע ממש דאס זעלבע ווי זאך ווי מכניסין בהם ארם בכעוס.

נאכמער ראיה אז די גרא מיינט נישט צוזאגן אז למעשה איז אסור זיך צו שמירן, קען מען זען פון דעם וואס די גמרא פארטייטשט די אנדערע פעלער דארט אז עס מיינט זיי האבן געוואקט עקב בצד גודל וארוכה בצד קצרה וואס דאס איז דאך זיכער נישט אסור מצד עצמו ואחר כוונת הלב הן הן הדברים.

און אז מען קוקט אריין אין די גמרא זעט מען נישט צוגעצייכנט קיין איין הלכה ציון צו די גאנצע מימרא, אויסער איין הלכה וואס מען לערנט ארויס, און דוקא איז עס נישט א זאך וואס איז נוגע פרויען, נאר אז מענער מעגן נישט שמעקן די בשמים פון א פרוי וואס איז אסורה לו.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1753 מאל

הודעהדורך ידען » מאנטאג אפריל 22, 2013 8:15 am

א פאר ליינס פון ר' ישעי' שליט"א

תשעה קבין שיחה ירדה לעולם. שיחה מיינט תפילה. די גמ' זאגט נישט סתם נארישקייטן, און סע מיינט אז פרויען קענען גוט דאווענען..

איך וויל וויסען וואס ער זאגט אויף די זימה וואס די גמ' זאגט אויך.


ער זאגט אויך אז די וויליאמסבורג חינוך איז א דוגמא פאר אנדערע געגענטען. סע אמת אדער ער מיינט נאר אזוי?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1093 מאל

הודעהדורך היימישער » מאנטאג אפריל 29, 2013 2:53 pm

לויט ווי איך האב געזען אז די פרומע פרויען וואס ווילן זיין גיט און די וואס ווילען נישט פאלגען גייען נישט

איך האב געפרעגט מיין ווייב אויב די פרוי וואס קוקט אויס יעדן טאג ווי זי גייט צו א חתנה, און רעדט זיך איין ווי זי איז שיין, און זי איז נישט געגאנגען צו די אסיפה
באניצער אוואטאר
היימישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:26 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

הודעהדורך לעמאן דזשוס » דינסטאג אפריל 30, 2013 10:37 am

היינט אינדערפרי האב איך מיר איינגעהאנדלט דעם סידי פונעם גאנצן מעמד אדיר, גיי מיר עס אויסהערן שפעטער אויף'ן עפדיאר!!! ולשם הישועה.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 12:33 am
האט שוין געלייקט: 445 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 707 מאל

הודעהדורך טעפל » דינסטאג אפריל 30, 2013 10:53 am

לעמאן דזשוס האט געשריבן:היינט אינדערפרי האב איך מיר איינגעהאנדלט דעם סידי פונעם גאנצן מעמד אדיר, גיי מיר עס אויסהערן שפעטער אויף'ן עפדיאר!!! ולשם הישועה.

לעמאן מיר ווילען אן אנאליז און דערנאך א קאפיא..
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 822 מאל

הודעהדורך בן תמליון » דינסטאג אפריל 30, 2013 10:58 am

לעמאן גיב אונז א זאפטיקן אנאליז. ביי מיר האבן זיך די האר פון קאפ אויפגעשטעלט פון רבי ר' בערל קאצן'ס דרשה און די תקנות דורך פייערווערקס, דער וואס איז געווען אויפן סטענד ביים נ"וו טרייעל און געגעבן א צוקאליטשטן עדות'שאפט.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1892 מאל

הודעהדורך וואלפה » דינסטאג אפריל 30, 2013 8:09 pm

בנוגע אז א פרוי טאר זיך ע"פ תורה נישט שיין מאכן,
לפי עניות דעתי קען מען עס צוטיילן אויף צוויי נקידות
א') עס איז דא תאוות, מידות רעות, חסרונות און נסיונת וואס אדם לעמל יולד און מען דארף זיך אויסארבעטן, אויב איינער האט א חסרון און דער צווייטע האט עס נישט, איז דאס א מידה רע וואס די רבוש"ע האט "איהם" עס געגעבן זיך אויסצוארבעטן, און אויסצורייסן.
אבער א תאווה וואס "אלע" מענטשן האבן ווי למשל עסן, טרונקן, שלאפן, אא"וו, וויל נישט דער בש"פ אז מען זאל אויסרייסן, (אפילו אין חסידישע ספרים רעדט מען נאר פון עס אויסארבעטן, נישט עס אויסצורייסן).
עס איז דא נאך א חלק הבריאה, וואס איז פאראן ביי "אלע" פרויען, אז זיי זיכן זיך צו שיין מאכן און אויסזעהן גוט.
אויב זיך מאכן שיין איז א שלעכטע מידה וואלטן א חלק פרויען עס יא געדארפט האבן, און א חלק נישט, אזוי ווי אלע מידות רעות, ווי כעס, גאווה, וכ'ו.
ווען אלע מחנכים/מחנכות א.ד.ג. זענען עס עוקר מן השורש, זענען זיי אפשר גאר די אפוקרסים, נעמענדיג א חלק מן הטבע און רייסן עס אויס כאילו ח"ו ג-ט ווייסט נישט וואס ער טוט, אלעס אויפן נאמען פון "צניעות".

איידער איך שרייב דער צווייטע נקודה וועל איך מיטטיילן אן עפיזאד וואס האט פאסירט נעכטן, א קרובה מיינע איז געפארן מיט א היימישע קאר סערוויס, און דערציילט אז דער דרייווער האט נישט אראפ גענומען די אויגן פון איר....
דאס דערמאנט מיר מיינע זיסע קינדער'שע יארן, ווי יעדער שחור פלעגט קוקן אויף מיר, זעהנדיג שוין זיין געווער, און ווי אזוי ער זאגט שוין פאר זיינע חברים אז מען גייט מאכן א לינטש מיט מיר.
דו איינרעדעניש און אנדערע שטותים קומען ווייל אזוי האט מען אינז געבראטן און געקאכט אז טונקעלע זענען רוצחים, קיד נעפערס, גנבים, און אינטערוועלטניקער.

אז מען זאגט פאר פרויען אז ענק טארן נישט ארויסברענגן ענקער שיינקייט ווייל מיט דעם כאפט מען מענער'ס אויגן "און קוקן אויף ענק", עביוזט מען זיי סיי פיזיש (ווייל זיי אליין ווילן אויסזעהן גוט, ווייל ג-ט האט עס אריין געלייגט אין זיי) און גייסטיש (אז זיי זעהן שוין ווי יעדער וויל טוהן, און וויל זיי האבן).

אויב וויל מען אז די מענער זאלן זיך אויסארבעטן, וואס פייניגט מען די פרויען, ארבעט מיטן זכר!,
עס איז דומה צו א מענטש וואס ווערט נערוועז פון מענטשן, און אנשטשט טראגן דעם מענטש צו א פסיכעלאג, לאזט מען קיינעם נישט וואקן איז זיינע מאתיים אמות...
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
באניצער אוואטאר
וואלפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 11:26 pm
האט שוין געלייקט: 215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

הודעהדורך לעמאן דזשוס » דינסטאג אפריל 30, 2013 11:29 pm

קודם, א חוצפה אז פאר מיין איין טאלער האב איך באקומען א היבש געדעמעדשטע סידי, עפעס ווי דער טייוול אליין זאל זיך האבן אריינגעכאפט דארט און מיר צוגריזשעט די אודיא, בלויז מיר שווערער צו מאכן אנצוקומען צום שלימות הנרצה! אבער היו לא תהי' און בשם השם עשיתי והצלחתי מישענדיג דא און דארט, ארויסצוכאפן די סאמע וויכטיגסטע חלקים פון די דרשה על אפו ועל חמתו פונעם רשע דער ס"מ ולילי"ת המרשעת...

דער סידי איז מיר זייער צונוץ געקומען, און מיר געגעבן א געלעגנהייט אריינוצוקריכן גאנץ טיף אין די באהאלטענע קארידארן און אינעווייניגסטע שטיבער ווי די רבנישע בעראטונג וועגן די געזעלשאפטליכע לאגע ביי די 'סאמע בעסטע' וואס מיר אידן פארמאגן, און זיך דערוויסן גאנץ אסאך איבער די וויכטיגע טעמעס וואס ווערן דארט איבערגעשמועסט.

בימינו אלע, ווען ס'איז החשך יכסה ארץ אין די פינסטערע מלכות של חסד אמעריקא, וואס מאכט דעם יוד מיט'ן גוי אייניג אן קיין שום התבדלות, ווייל פונקט ווי דער גוי האט ווי און ווען ער וויל פלייש, האט דער יוד דאך אויך ווי און ווען ער וויל כשר'ס, מען קויפט א שטיק פלייש'ל און מען יאגט איר אריין אין טאפ און שוין מען האט דאס, אויך חלב ישראל איז איבערראל פארהאנדן אזש אז די ריזיגע פער בין ישראל לעכו"ם איז אין א באלדיגע סכנה זינט אמעריקא איז א גאלדענע מדינה און א מלכות של חסד..איר ווייסט אוודאי אז אין אלע לופטפעלדער פון נעבאסקא ביז נעוואדע קען מען אין די מק'דאנעלד געשעפטן איינקויפן קר"י שחיטה און גולדן פלאו מילעך אזוי אויך טעפ מיט פיצינקע גאז רענטשעס פאר א באלדיגע אפקאכונג, אויך ווייסט איר אוודאי אז אין די פענן סטעישאן באן סטאנציאן און אזוי אויך הארט ביים אריינגאנג צו די הויפטקווארטירן צו די קאסטקא פירמע אין סיאטעל וואשינגטאן געפונען זיך אזוינע קיאסקן ווי מען קען איינהאנדלען גרינ'ס פיצא מיט לא'שאקאלאדע אויב ווערט מען פלוצים באפאלן פון א הונגער...

אין תוך גענומען, דארף איך אינטערשטרייכן אז הערענדיג די פייערדיגע דרשות געוואנדן צו אונזערע טייערע "שוועסטער'ס" (לשונו הזהב אחד המגידים) האב איך זייער אומוועלנדיג שנעל מסכם געוועהן אז "אינטערנעט און סמארטפאונס איז בסך הכל אזוי שלעכט ווי זיך (פאר)שמירן די פנים מיט פארב" נעמענדיג אין באטראכט די געוואלדיגע מאס הארבקייט וואס איז צוגעטיילט געווארן צו די געפערליכע פאריז'ע פארבן און פארבער'קעס האט זיך מיר געדאכט אז די אינטערנעט איז גאר די שולדיגע אין די "פארב-פראבלעם" און אויסער דעם וואס מיט'ן האבן א סמארטפוין און איינקויפן דערמיט "אינטערנעט-פארפלעקטע" קליידער איז גורם השחתה, און שאול תחתית...גייט עס סינאנים מיט די "פארב-פראבלעם" איך מוטשע מיך נאך אלס צו פארשטיין וואס הודו האט געוואלט פון שושן הבירה, אבער דאס וועל איך דערווייל איבערלאזן פאר א לענגערע איבערקלערונג, כאב נאר קודם געוואלט מסכם זיין בשורה ראשונה מיין טרוקענע תגובה אויף די מעמד "תקנה לדורות-לנשים"

ליצנות אין די זייט געלייגט, בין איך שטארק שטארק איבערגענומען געווארן פון הרב רבי הלל וויינבערגער'ס רעדע, ער האט גערעדט ווארעם, אינטעליגענט, און געוויסט ווי צו האלטן זיין פרויען אודינץ געשפאנט און צום נושא העיקרי. קודם, איז ער געוועהן די ערשטע וואס האט געגעבן דעם "ארסיסיעס-רופא חולים קענסער סאסייעטי" טאן צו די נאכט...דאס אליין האט שוין געשפאלטן די הימלען אין זאל! און דערנאך איז די טאן באנוצט געווארן דורך הרב ר' ישעי' ווייס וואס האט צוגעשטעלט א שיינע מעשה מיט'ן מרן הגאון החפץ חיים ווען ער האט ביי א באנקעט לטובת דעם שפיטאל ערקלערט אז די בחורים אין ישיבה פארמיידן בעטן פון שפיטאל...און אזוי אויך שפעטער דורך ר' בערל כ"ץ אב"ד דושינסקיא... דערנאך האט ר' הלל זייער ארגינעל נאכדערציילט זיין עפיזאד מיט מרא דארעא קדישא הרב פריינד זי"ע אז אין אזא נאכט וואס פרויען קומען זיך צוזאם הערשט א גרויסע עת רצון אין הימל און מען קען זיך פועל'ן אלדאס גוטס וואס מען וויל נאר בעטן, און פארשטייט זיך אז מען איז זיך פעסט מקבל די אלע החלטות וואס דעת תורה און דעת הגאונים הצדיקים זענען קובע און מגדיר...ער האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע קענסער וואס אינטערנעט איז, און ווי שטארק דאס מאכט שאדן, און איז שעדליך פאר קינדער און דורות און ווי עס חרוב'ט א שטוב. דערנאך האט ער ארויסגעברענגט אז די פרוי דארף און מוז זיך קעגן שטעלן דעם מאן כמבואר לעיל, נאכזאגענדיג פון מדרש די מעשה מיט די פרוי פון ר' שמעון בן חלפתא מיט די שטיין פון הימל, ציענדיג דערמיט א מסקנה אז אזוי דארף יעדע אידישע טאכטער האנדלען מיט'ן מאן ווען עס קומט צו אידישקייט אנגעלעגנהייטן...

בקיצור. אינטערנעט איז א פראבלעם,..פון דא און ווייטער צו די "פארב-פראבלעם" מוז איך נאכאמאל איבערהערן ווייל איך האב קיין מושג נישט וואס די אידן האבן געוואלט...

נאר א באמערקונג פון מיין קליינע פריזם, איך גלויב אז ביי די דרשה האבן זיך באטייליגט אין מערסטנטייל די פרויען די צדקניות וואס שמירן זיך סייווי קיינמאל נישט און זענען ארויס מיט שטארקע חיזוק אויף ווייטער.

וועגן די אינטערנעט בלייבט נאר איבער אריינצוגיין אין די לאקאלע טעלעפוין געשעפטן און אנפרעגן וואס דער עולם קויפט. אויף מיר האט עס זיכער משפיע געוועהן לטוב, ביז איך האב ביי מנחה-מעריב זיך אנגעשטויסן אין א ריזיגע פלאקאט מיט אן ארטיקל וואס "אחד הרבנים" האט אין די שנעלקייט אפגעשריבן ארום דעם ארטיקל אינעם היינטיגן "ידיעות אחרונות" ארטיקל פון זייער "וועבזייטל" אז די מדינה גייט פאלן אונטער סאטמאר, דערזענדיג דאס בין איך געווארן מלא ספיקות און שוידער. וד"ל
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 12:33 am
האט שוין געלייקט: 445 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 707 מאל

הודעהדורך ידען » מאנטאג מאי 06, 2013 9:42 pm

מע גייט ווייטער.

יעצט גייט מען מאכען פאר די מיידלעך.

וואס גייט מען זיי דערציילען און אויפקלערען?
בייגעלייגטע פיילס
מיידעלעך.png
מיידעלעך.png (667.2 KiB) געזען געווארן 870 מאל
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1093 מאל

הודעהדורך אשכולות אויפוועקער » דאנערשטאג מאי 22, 2014 7:52 am

אויפגעוועקט
ציליב ערווארטע כינוס פאר פרויען
אשכולות אויפוועקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

הודעהדורך איש אשכולות » דאנערשטאג מאי 22, 2014 9:21 am

טאמבל סאס האט געשריבן:גרייט'ס ענק פאר נאך א פופציג גיטין נאך די דאזיגע אסיפה.

איך וואלט עס גערופן אסיפה "תקנה לכריתות"

ח״ו אל תפתח פה לשטן.
באניצער אוואטאר
איש אשכולות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 26, 2014 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 6 געסט