באלאנגט א מאלעסטער אין תפיסה?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6309 מאל

באלאנגט א מאלעסטער אין תפיסה?

שליחה דורך יואב »

יעדעס מאל וואס איחוד שטעלט ארויף א תגובה, שטויס איך מיר אן אין זיין אונטערשריפט וועלעכע לויטעט אז א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה,
אנדערש ווי א משוגענער וועלעכע אן קיין קאמפראמיסן באלאנגט אין משוגעים הויז.

שווימט מיר יעדעס מאל באזונדער ארויף די פראגע: באלאנגט ער טאקע אין תפיסה ?
איך בין זיכער ס'איז א פארפלאנטערטע פארנעפלטן נושא, וועלעכע גרעניצט זיך מיט סאמאטוכעס והמסתעף, געפלאכטן מיט ודו"ק און וד"ל'ס.
פארמישט אין אן ערוב פון געפיל מיט לאגיק, הומאנטערישע טענות, און טרוקנע יוסטיץ . זאכן וועלעכע מ'מוז אויסשרייען, און זאכן וואס מ'טאר נישט אפילו מרמז זיין. לעגאלע פארשריפטן, און תורה'דיגע הלכות. חרוב מאכן דורות, און עלילת דם. א פארצווייגטע ענין וועלעכע ציהט שכל'דיגע קווענקלענישן, און עקסטרעמע מסקנות. פון לאזן זיך וואוילגיין אויף דער פריי, ביז אים פארוואגלען פון ביידע וועלטן אן קיין פאראל.

איך וויל מיך נישט באציען צו קיין שום אנקלאגע אדער באשולדיגונגען וועלעכע אנבלאנגט א ספעציפישן פאל אדער פערזוין, ווייל דאן שווימט עקסטרעמיזם ווידער ארויף אויפן אויבערפלאך מיט א ביטערן לענדסלייד. פון מענטשן וועלעכע שווערן זיך אינעם פויפסט'ס קליידל אז דער מענטש איז קיינמאל אן אקט אפילו ענדליך צו דעם באגאנגען, והראיה ער איז א גוטע מענטש, ביז אנדערע מענטשן וואס אן די מינדערסטע באווייזן ווייסן זיי פאר א פאקט אז דער מענטש איז שוין א וועטראן ארכי מניבל וועלעכע האט שוין אין לויף פון עטליכע דעקעיטס מאלעסטעד מער מענטשן וויפיל האר עס שווימט אין מקווה.

איך וויל פרעגן איבער דער עצם אקט פון מאליסטעשן, פון א מעסיגן פערספעקטיוו.
ס'האנדלט זיך קלאר פון א מענטש וואס איז "אנדערש" ווי דורכשניטליכע מענטשן. די רעדע איז איבער א וואנזינגן הארמאון געשוואלענעם זכר, מיט א געפערליכע הפקירותדיגן רייץ צו פאנגן אומשולדיגע זעיר אנפין'ס. כאפן תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, און זיי פארקנעכטן אונטער טייוולאנישע פליגלן. צולאזט זיך מיט בארבאריזם אויף אן אומגעצייטיגטן ארגאן און שעכט אפ דורות, מאכט אומגליקליך משפחות, הארגט דעם קינד פיזיש אין גייסטיש.
לאגיק מיט געפיל וועט באלד זיגלן מיט קאכעדיגע בלוט אז אזא שעדליכע מאן מוז באלד אראפגערוימט ווערן פון די גאסן, ער איז פשוט א סכנה פאר די מענטשהייט. די פראגע איז אבער וואס טוהט מען פון דא און ווייטער ???????????

איחוד האלט ער באלאנגט אין תפיסה, איך בין אבער נישט איבערצייגט אזוי.
פון דער אנדערן זייט, א נארמאל פארהייראט אינגערמאן, א מאן פון ווייב און טאטע פאר קינדער, און מיר וועלן מודה זיין ער פארמאגט א דראענדע שוואכקייט וואס דורכשניטליכע מענטשן האבן נישט, (אנדערש ווי RAPE).
דעריבער קומט אים אויסצודינען זיין לעבן אונטער גראטעס? דעריבער איז זיין שיקזאל צו שמאכטן צוזאמען מיט די גרעסטע מערדער און פאברעכער ביז דער טויט קומט אים אפנעמען?
איך פרעג נישט דווקא אויף די מיינונגען פון מענטשן פון אונזער געזעלשאפט, נאר מער אזוי די מהלך פון די גרויזאמע קאלטבלוטיגע אומיוסטיץ סיסטעם פון דער גאלדענעם אמעריקע. וואס? פארוואס? קען מען נישט אויפקומען מיט אן עפעקטירבארן טעראפי וכדומה?

איך ווייס אז געוויסע וועלן יעצט שרייבן מעגליך מיט פארגרעסערטע אותיות, אז אלע אנדערע סארט פאברעכן קען מען טענה'ן די זעלבע זאך.
נישט אז איך האלט איר קענט באמת נישט אונטערשיידן מאלאסטעישן פון אנדערע פאברעכן, מיר זענען דאך מודה אז דורכשניטליכע מענטשן ווערן נישט געפלאגט פון אזוינע אזויגעריפענע תאוות. איז פון אים לאזן טאנצן מה יפית אויף די גאסן ווי א פריי פויגל, ביז פארוואגלן אין לייבן גרוב לנצח, איז נישט פארהאן קיין אלטערנאטיווע מהלך ?

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט