געפילטע פיש האט געשריבן:הייסט אז הרב שטיינמן איז עטוואס שולדיג אין אונזער ירושלים דאמעריקא? און ווען נישט עם וואלט רבינו הקוה"ט זי"ע אפשר אנגעקומען קיין ירושלים ד'פאלעסטינע? טאקע א שאד.
דעת תורה האט געשריבן:בד"וו געפילטע, עפעס א ערנסטע פראבלעם האסטו מיטן סאטמאר רב, עס קוקט אויס ווי ער שטייט דיר אין וועג.
געפילטע פיש האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:בד"וו געפילטע, עפעס א ערנסטע פראבלעם האסטו מיטן סאטמאר רב, עס קוקט אויס ווי ער שטייט דיר אין וועג.
וואס הייסט, ווען נישט עם וואלט נישט געווען קיין איינציגע שטריימל אין אמעריקע, נ'וואלט איך געקענט געקענט גייט זומערדיגע שבתים מיט א דאשיק, שטייט ער מיר אפשר נישט אין וועג?
קופערניקוס האט געשריבן:יא, הרב שטיינמאן איז געווען פון די יחידים וואס האבן מחזק געווען דעם רבי'ן ווען ער איז ארויסגעקומען שבור ורצוץ פון גיהנום. עס איז אפילו דא א בריוו וואס הרב שטיינמאן שרייבט צום רבי'ן ווי ער עצה'ט אים צו פארן קיין אמעריקא און נישט קיין ארץ ישראל נאכן קריג. ווייל דער רבי האט געפרעגט הרב שטיינמאן'ס מיינונג, און הרב שטיינמאן שרייבט אז אין ארץ ישראל איז דא עניות און עס איז אן איבערפלוס פון רבי'ס, און אין אמעריקע קען מען פיל מער אויפטון און מצליח זיין.
איר דארפט פארשטיין אז דער רבי איז נאך דעמאלטס נישט געווען דער מעכטיגער רבי און שווייץ איז נישט געווען וויליאמסבורג, אין יענע אומשטענדן איז הרב שטיינמאן געווען א מחיה נפשות פארן רבי'ן וואס האט געטראפן אין הרב שטיינמאן אן ערליכען גאר קלוגן בן תורה. הרב שטיינמאן איז גאר א קלוגער מענטש, א פיקח. טראץ וואס זיין דארע און פארקוועטשטע פנים קען מטעה זיין אז עס האנדלט זיך פון א תמים.
שלשלת האט געשריבן:די גרעסטע ליצנות איז נאך די אונטערשטע חלק, ווי די סאמע גרעסטע פון כלל ישראל ווארענען דעם גדול הדור אפצולאזן "דרכו המסוכנת וההרסנית", ווייל טאמער נישט חלילה, וועלן זיי פשוט און גראד נישט האבן קיין אנדערע ברירה ווי ארויסגיין קעגן איהם "שלא נאלץ לצאת נגדו כדרך שיצאו ראשונים כמלאכים נגד פורצי גדר ומחדשי חדשות בישראל"!!!
"כמרן החת"ס במלחמתו נגד מענדלסאן, ומאוחר יותר נגד ריינעס" - וועם ווילן זיי פארגלייכן צו וועם, הרב שטיינמן צו מענדלסאן, אדער זיי די מאורי הגולה צום הייליגן חתם סופר???!!!
בדחן האט געשריבן:אן אריינגיין און די עצם שמיעס, עס זעט אויס אז די אלע וואס שרייען אז מען דארף זיין נייס און רעדן איידל האבן פארגעסן די הוראה וואס איז פאר א יאר ארויסגעקימען פון רב שטיינמאן אז אלע קנאים - אפילו סאטמער - וואס גייען נישט צו די בחירות וועלן גיין אין גהנים,
קאווע שטיבעל איז שוין געווען אפן דעמלאטס, און מיין זיכעניש איבער א אשכול וואס זאל פארדאמען יענע ווערטער האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט, עס זעט אויס אז און יענע לאנד רעדן די גדולים זייער שארף איבער די זייער שיטה, און מען דארף נישט ווערן צוקאכט איין וועג אדער די אנדערע וועג.
שיטה מקובצת האט געשריבן:סאטמאר רב האט ח"ו קיינמאל נישט געזאגט אדער געשריבן "שר"י" אדער "ימ"ש" אויף הרב קוק
שיטה מקובצת האט געשריבן:פארשטייט זיך אז צו נאר,,פרייליך גיי איך נישט רעדן. ווי באקאנט קען מען מיט אים נישט רעדן, און ער האלט זיך נישט צו די פשוט'סטע כללים פון דעבאטעס. איך וועל נאר אדרעסירן וואס ער שרייבט פאר אנדערע וואס קענען מעגליך האלטן אז ער האט א טענה.
אז הגאון ר' חיים קנייבסקי האט אנגערופן הגאון הרב אויערבאך מיט'ן טיטול זקן ממרא, האט זיך די וועלט איבערגעדרייט. יעדער פארשטייט אז דאס איז נישט קיין נארמאלע זאך. אבער מיינט דאס דען אז אז הרב אויערבאך איז יעצט אפיציעל א זקן ממרא?! מיינט דאס אז די "יתד נאמן" גייט יעצט שרייבן אויף אים מיאוס'ע טיטולען?! בסך בכל אין איין מאמענט פון כעס האט ר' חיים זיך אויפגעפירט אזוי ווי די יושבי חושך פירן זיך אויף זייער גאנצען לעבן!!
זעה נאר די חילוק צווישן די ליטווישע און די יושבי חושך. אז זייער גדול האט אמאל געזאגט אז הרב אויערבאך איז א זקן ממרא פארשטייט נאך יעדער אז הרב אויערבאך בלייבט א גאון און תלמיד חכם. זייערע צייטונגען וועלן זיך נישט דערוואגען צו שרייבן סיי וואספארא לשון של גנאי אויף דעם גאון. ביי די יושבי חושך איז פונקט פארקערט. אז זייער רבי, רביה"ק מסאטמאר זי"ע, האט זיך אויסגעדרוקט שארף אויף הרב קוק, גייען זיי נאך אסאך שארפער און ווילדער. סאטמאר רב האט ח"ו קיינמאל נישט געזאגט אדער געשריבן "שר"י" אדער "ימ"ש" אויף הרב קוק, אבער פאר יושבי חושך אינטערעסירט גארנישט. הרב קוק האלט אנדערש ווי זיי איז אלעס מותר. אפילו די אפציעלע צייטונגען פון די יושבי חושך מעגן שרייבן אזעלכע מיאוס'ע טיטלען!!
אט דאס איז פון וואס מיר רעדן דא אין דעם גאנצן אשכול, דאס איז וואס איז אזוי מיאוס און גרויליג פון די יושבי חושך. פאר זיי איז אלעס איך, איך, איך, און נאכאמאל איך. פוסטע בעלי גאווה, נידעריגע קארעפטירטע נפשות וואס גייען נאך די פרימיטיווע געפילן פון עגאאיזם און נקמה.
ביי זיי עקזיסטירט נישט קיין סטאנדארטען, עס איז נישט דא קיין שום זאך וואס איז ביי יעדעם פונקט אזוי אסור און ביי יעדעם אייניג מותר. איך מעג שרייבן אויף יענעמ'ס גדולי ישראל וואס איך וויל, אבער יענער טאר עס נישט טוהן אויף מיינע; איך מעג בלינדערהייט פאלגען אין מיינע גדולים, אבער יענער דארף חוקר זיין און טראכטן אז אפשר בין איך גערעכט. דאס איז די מהלך המחשבה פון די פארפינסטערטע עלעמענטען, וואס נעמען אונזער הייליגע אמונה און מאכן איר פאר א אפצווייג פון טאליבאן איסלאם.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט