הצלה פארטי סומעטוכע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך היימישער » מאנטאג אפריל 29, 2013 2:20 pm

שעפטל האט געשריבן:עפעס האט זיך געקאכט נאך די ערשטע נאכט אפילו די גויע איז געגאנגן אנגעטוהן בצניעות, און געהערט האב איך אז סאטמאר - 82 האט געהאקט דערויף און מ'האט געזאגט פאר די מיידלעך נישט צו גיין צו די פארטי.


געהערט אז ביידע סאטמערער סקולס האבען געבעטן די מיידלעך נישט צו גיין
באניצער אוואטאר
היימישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:26 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

הודעהדורך שלשלת » מאנטאג אפריל 29, 2013 7:09 pm

כך עונשו של בדאי - לו יצוייר אז הצלה האט היי יאר באמת געטוהן א עוולה וואס דארף/מעג פארשריגן ווערן, האט זיך קיין איין רעכטדענקענדע מענטש נישט צוקראצט פון די פאשקעווילן וואס האבן פארפלייצט די גאסן, ווייל מ'איז שוין ליידער מלומדי מכות. יאר איין יאר אויס ווארפן די חברה צעטלעך אקעגן די הצלה סטריט-פעיר, אנדעם וואס מען זאל אהין ברענגן גויטעס בדמות אשה צנועה
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל

הצלה פארטי אין ב"פ

הודעהדורך קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 03, 2013 5:57 pm

איך וואונדער זיך וואו זענען די קנאים?
אלע גויטע'ס אין ב"פ וואס ארבעט אין די גראסערי'ס גייען די טעג אנגעטוהן מיט די גרינע הצלחה ט-SHIRT. כביכול זאגענדיג: דו קוקסט דאך אויף מיין **** סייווי, נו, נוץ אויס דעם געלעגנהייט צו זעהן נאכאמאל די הצלה אקשען ומלוה מלכה...
ליסטען. איך האב נישט קיין שום פראבלעם דערמיט, אבער וואו איז פרידמאן פון טענקא, הלברשטאם פון גריבוב, כץ פון סאטמאר, וכל מרעין בישין וואס זענען עומד על משמרת היהודת?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8537 מאל

הודעהדורך טעפל » זונטאג מאי 05, 2013 5:32 am

קודם כל בארא פארק איז ווייט נישט וויליאמסבורג, ס'ווערט נישט אזוי שנעל מחאות דארט ב"ה, אויסער דעם זאגען זיי זיכער אז ב"ה ביי אונז אין בארא פארק איז נישטא קיין גויטעס אין קיין איין געשפעט..
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 822 מאל

הודעהדורך בן תמליון » זונטאג מאי 05, 2013 12:12 pm

או לי אם אומר או לי אם לא אומר. איך זעה אז קיינער איז נישט מעורר על כן פיל איך א חוב דא צו זאגן מיין דרשת מחאה.

דער עולם איז פארנומען מיטן טריפה'נעם עצת בלעם הרשע גילוי עריות טאנץ, וואס די הצלה לייט האב אונז מזכה געוועזן און ביני לביני גליטשט זיך אדורך א פיל גרעסער פירצה דורך די זעלבע כת הצלה ל"ע. דברים כהוויתן מען האט געטיילט פאר אלע משתתפים א געים אהיים צוטראגן פאר די קינדער. דער געים הייסט "האצאנאפאלי" דאס וואס מיר אלס קינדער האבן אייביק גערופן " האנדל ערליך" מיט היימישע אידישע אותיות, האבן זיי געטוישט פאר ענגליש. קוקנדיק דעם תוכן ווערט שווארץ פאר די אויגן, אנשטאט די שטעט צאנז רימאנאוו מיט רב טוב, זענען אויסגעשטעלט גריל אן לי, פאנטע פלאזא, גרינ'ס פרעסעריי וכדומה אזאנע. וואס וועט א קינד זיך ארויסלערנען פון דעם? אנשטאט טראכטן פון הייליקן שטאט ליזענסק וועט ער חלומ'ן פון גריל אן לי און פאנטע פלאזא ר"ל. גיי מיר ווייטער, אנשטאט די חשבון הנפש קארטלעך וואס זאגט "האסט געטאנצן מיט שטריק פאר מע נער, גיי אין גיהנום צוויי גענג" , איז דא קארטלעך וואס הייסט "לייף ענד סטראגלס" נעבעך. און וואס שטייט דארט? "וואנט טו געט פיט, זשוין דע גימנאסטיק קלעס". ממש ווי די יוונים. אט הערט, "גאט וועל? טעיק יור פרענדס ענד פארטי עט גריל אן לי". שומו שמים! ביסט געווארן געזונט אנשטאט זאגן גיי אין שוהל נעם א תהלים דאנק גאט, הייסטנער גיין מאכן א פארטי ביי גרויל אן לי! וואס דארף דער קינד שוין אליין פארשטיין אז נאכדעם נעמט מען א רום אין פאנטע פלאזא? איך וויל נישט זאגן ווייטער.

רבותי דער בעל דבר איז א מלך זקן וכסיל, ער איז זייער ראפינירט און כיטרע. ער זאגט די רבנים זאלן מאכן גרויסע אסיפות איבער אינטערנעט און דערווייל שמד'ט ער אונזערע קינדער דורך הינטער טירלעך. לדעתי זאלט איר אהיים און זאגן די קינדער פון היינט אן רופן מיר מער נישט הצלה, מיר וועלן רופן עי עם עס ווי אונזערע זיידעס. לא מדובשך ולא מעוקצך, ראטעוועט אונז נישט און שמד'ט נישט אונזערע שעפעלעך. אז עס וועט קאסטן א פאר קרבנות וועלן זיין חאטש שטארבן ווי אידן נישט משומדים.

בזכות אז מען וועט זיך קלאמערן אין די אלטע וועגן און נישט משנה זיין קיין זיז כל שהו ,וועלן זוכה זיין צום ותגלה ותראה מלכותו עלינו בזמן קריב ונאמר אמן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בן תמליון אום מאנטאג מאי 06, 2013 12:31 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1897 מאל

הודעהדורך atmybest » זונטאג מאי 05, 2013 12:43 pm

איך הער אז עס איז געווען געפערליך נעכטן אין בארא פארק.
מראשי הגבאים, וחבר לידיד בית ה' ה'ה מורינו הרב נאר,,פרייליך
atmybest
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 166
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 09, 2013 11:18 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

הודעהדורך אוי טאטי » זונטאג מאי 05, 2013 1:52 pm

וואס הייסט געפערליך?
!..If you go black, you'll never go back
באניצער אוואטאר
אוי טאטי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 530
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

הודעהדורך גנדי » זונטאג מאי 05, 2013 1:54 pm

atmybest האט געשריבן:איך הער אז עס איז געווען געפערליך נעכטן אין בארא פארק.


וואס האב איך פארפאסט?
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1453 מאל

הודעהדורך פרישער » זונטאג מאי 05, 2013 2:47 pm

מורי ורבותי,

וואס זאלעך ענק זאגן, איך קען נישט דעסיידען צי זאל איך לאכן אדער וויינען, פאני איז אז כהאב אויסגע'פיגער'ט צו לאכען און צו וויינען אין די זעלביגע מאמענט, בשעת'ן לאכן וויל איך וויינען, נו הייבעך אן צו וויינען, אבער גלייך וויל איך מיר נעמען לאכן, עפעס נעמט זיך ציען א לאך צו טוהן, אבער פאר עפעס א סיבה קען איך מיך נישט דערמאנען פון קיין שום וויץ, ס'איז גארנישט פאני, אפילו פאר א ביטער געלעכטער טויג עס נישט, אבער ס'ציהט דאך אזוי שטארק, נאך א שטיק צייט זיין אזוי באזארגט האב איך מיר געכאפט אז ס'איז גאר עפעס אן אנדערע ענין, איך בין נישט דער פראבלעם, ס'איז עפעס א סינדראם וואס אלס קינד פלעגט מען רופן 'לאכעלע וויינעלע סינדראם'.

רבותי, איך בין פשוט אויסגעמוטשעט, און ווען איך בין אזוי לייד איך אויפן אויבן-דערמאנטן ענין. אבער למעשה אז מ'טראכט אריין אין דעם ענין זעמיר דא מיאוס געסקרוהט געווארן פון די וועד החינוך, מ'האט אונז פיין צוגעפיקסט. פייערוועקער רייסט זיך אויף אן פריערדיגע ווארענונג אז די פערפארמענס איז שייגעץ שטיק, אין ס'איז נישט רעקאמאנדירט פאר קינדער פון זייער סקול, נו, זאל נישט קומען צי וויינען הלמאי האט ער נישט געגעבן א שאנס צו ענטפערן איידער ער האט ארונטער גענעמען זיין רעקאמענדאציע, פון וואו זאל הצלה איבערלעבן דעם טאג אז מ'מאכט זיי ללעג ולקלס פארן כלל, ווייסט ער דען נישט אז מיט א קליין שוועבעלע צינדט מען אונטער א גאנצן וואלד פייער? וואס האבן זיי שוין געטוען, איז עס דען געווען אזוי געפערליך אז ממש מ'האט געמוזט מאכן א שארט-סטאפ און דרוקן דעים עמוירדזשענסי ברעיק אדער נוצן דעם נוקלעארע אפציע, אדער פייערווערקער האט מקבל געווען א געזונטע לשון הרע'לע וואס עפעס א ר'יש ש'ין ע'ין (אדער עינ'טע) האט א העץ געטאהן, אדער אפשר גאר קלאר ווייזער ענד קאמפאני, און ער האט נישט געקענט אריין טראכטן מיט זיין קאפ אז ער איז אויסגענוצט געווארן, און איז א לוזער, ווייל ליידער האט ער געהאט עפעס אן אנדערן אפוינטמענט בשעת'ן טיילן די מויצעס, גראדע איז ער א פיינער ינגערמאן אבער ווייט פון כיטרע, נו אז ס'איז אזוי געפערליך אזש אז כל באיה לא ישובון, כל הרואה מיד ניקרי, מוז מען דאך ארויסקומען תיכף ומיד איידער כלל ישראל גייט חלילה אונטער, נישט זיין קיין צועק לשעבר, מ'קען אפילו נישט דורכרעדן מיט די וועד הרבנים פטן הצלה וואס האבן געשטעלט א עינא פקיחא פין צוויי רעבעצין'ס, איינס פון דע געילע אין איין פאר דע גרינע שלא לבייש את מי שאין לו, און די נשים האבן נישט נאכגעלאזט קיין זיז כלשהוא, נישט מוותר געווען אפילו אויף די קוצקא פונעם יודעלע, איבערגעקוקט איינמאל און נאכאמאל, געקאט געפעיסט, איבער געארבעט, נישט געשוינט קיין געלט, אבי ס'אל זיין פונעם הייליגן סארט און זיין שוה לכל נפש, ס'זאגט זיך גרינג, אבער אהערצושטעלן אזוינס איז כמעט נישט מעגליך, ווייל די וועד וויל ס'זאל זיין ווי מער דומה צו די שובבי"ם תורה פון די געזונטע יארן, אדער אביסל מיקל זיין ווי די שיינע שיעורים פון פילאף אדער פונעם רב פון יאוואזשנע, שטייצעך אויך אז די נשים טענץ זאלען דערמאנען יעדן פון די זעקסטע הקפה, אז נישט איז עס אסור, מעיקרא דדינא פירכא, נישטא קיין שום היתר אויף גארנישט, ווידיא איז מותר אויסשליסליך נאר ביי רעבישע הויפן, ווייל זיי הייליגען עס אויס מיט מחשבות קדושות בלי שום הרהר חטא, אבל דעם המון עם איז געבליבן די אור-אלטע איסור פון ווידיא, וואס איז אגב די איינציגע געלונגענע אקציע, קיינער האט נישט קיין ווידיא מאשין, אפילו די ערלים האבען איינגעזען אז ס'טויג נישט מיט ווידיא, און האבען זיך גערוקט צום די.ווי.די. אדער צום יו טוב, יודן ווי גויים צוגלייך. אגב, די רבנים זענען אויך מפורסם דארטן, יעדע רעבעלע מיט א אייגענעם טשענל, אבער נאר מיט דע אויגען פארגלייזט, מיילע שאדט עס נישט.

אבער הצלה מאכט נישט קיין שום חשבונות זיי קיקן זיך צי ווי קיינער איז נישט מוחה אויף בוני עולם אדער ארסי סיעס אין אנדערע פארטיס פינעם שווענדערישען סארט וואס האט יא פין די אסורדיגע ווידיא אין פרויערישע טענץ, אין פייערווערקער וחבריו זעיען נישט גארנישט זיי לייגען אינדע זייט זייערע לופעס אין מייקראסקפס מיט וואס זיי קיקען דורך הצלה'ס פראגראם, סינישטא קיין וועד חינוך איוואלווד אין אוודאי נישט קיין השגחה מיט א משגיח תמידי פאר יעדע חסידות באזינדער מיט א מורהדיגע אחדות וואס מזעיט נישט ביי קיין שום אנדערע דבר שבקדישה למשל קעמפס, מצה בעקעריי, וגם פלייש געשעפט, איבעראל איז מעסער שטעך מיט מסורה אויבן אן, נישט אזוי איז ווען סקימט מבזה צי זיין די איינציגסטע אלל וואלענטיר ארגענעזאציא וואס האט אויסגעשטרעקט זייערע העלזער ציפרידן צישטעלן דעי בייזע מענער מיט די אויסגעשטרעקטע חרב וחנית, וואס ווערן אויפגערעיגט פין אפאר וויסטע פרויסבילן וואס קימען אהער ליל ראשון פינעם פראגראם שפיונירן אין רייצען אן די וועדאין וועים נאך מקען, אין סיהעלפט נישט קיין תירוץ מה נשתנה הלילה הזה פין ווען די וועד האטעס איבערגעקיקט סאטצעך דאך גארנישט געטוישט, מיזמן טרעפען עפעס א דוחק חיליק אז איינע פין די טאנצערנס איז געוועין א אנדערקאווער גויטע, דהיינו זי האט אויסגעזעין פינקט ווי א יודישקע אבער ווען די פרויען מיט די לעכטיגע אויגען וואס האבען א ריח קדושה האבען דערשפירט אז עפעס איז פעה, האבען זיי געמאכט א גרינטליכע אינטערזיכינג אין טאקע דערגאנען אז רחמנה ליצלן זי איניש מזרע ישראל מצד האב אין הורתה ולידתה איז מסתמה שלא בקדושה, מיילע איז אראף מיט די השגחה, מקען נישט מער מתקן זיין, למשל אויב העט מען נעמען א יודישע נשמה אנשטאץ העלפט שוין נישט ווייל די נישט יודישקע אידאך געוועין א דבר המעמד אין קעניש בטל ווערן סידאך א בפירישע הלכה, אויך קענמען נישט קיקן אויף חילול השם אין אזא צייט ווייל כוח הרבים איז דאך ממש פארקערט סיז א קידוש השם אין א זכיה מקדש שם שמים זיין ברבים אין איר דם איז דומה צי קרבן כליל ועולה, סוועט איהר גערעכנט ווערן בעלמה דקשוט, אין מהאי טעמה משום מצות חינוך האטמען געלייגט גרויס דריק אויף מרס ניימאן וואס האטעס אראנדזירט שלא על מנת לקבל פרס אז זי זאל מבטל זיין די גאנצע פארשטעלינג, אין טעל. ריפען פין וויזניצע מנהלת פאר די מיידלעך וואס זענען פין יענע מיידל סקול אז היות ליל ראשון איז גיוועין א נגע טמא אלזא ליל שני קען מען מיר נישט פראפארמען אפילו מאטזעך געגרייט אויף דעים מאמענט פאר חדשים לאנג, אין אז מאט שוין אנגעוועקסלט די פרוי מיט א אשה כשרה וואס איז געטויבלט געווארן בפני שני עדים מיט חקירה ודרישה, קיין שום געוויינעריי האט נישט געקענט אפשטילן דעם חרון אף, קיין שום סכום פין דם התמצית איז נישט געניג געוועין צי שטילן ס'דארשט פין די שומרי חומתינו,

אבער ווען עס האטזעך באוויזען ליל שני האב זיך אנפלעקט א מורהדיגע מראה נורא נישט מער אין נישט ווייניגער אז סיז דא צעינליגער טאזענטער רעפארטערס פין פרויען יעדער איינער איז גיקימען אן אויסנאם זעין מיט די אייגענע אויגען דאס קלקל הדת אזש אז מהאט אנגעפילט צוויי מאל די זייל עד כדי פי צלוחית אז א נאדעל האט נישט געהאט קיין פלאץ, ווי קען זיין אזא מרודה אין די בייזליכע לעיני השמש זיי האבען דאך קלאר געמאכט ווי די טאג אין יעדען אוועק גענימען אלא ספיקות אז סיז אסור בתכלית, אין קיינער איז נישט מקבל, וואס קימט דא פאר, נאר וואדען סיז קלאר אז דער עולם איז נישט משוגע כלל ישראל איז נישט הפקר סיז נתגלה געווארן קלונם ברבים אז רוב ריבם איז נישט סרים לשגיונם אין מקענישט פארקויפן דעם עולם לאקשען, רוב ריבם זענען מקירי טובה, אין ווען הצלה ריפט איין מאל א יאהר גייט מען אן קיין חשבונות, אין אפילו א קאץ קען געוועינטליך יא שאדן מאכן איז דא א אויסנאם, אין יעדע פרוי וואס האט זיך באטייליגט אין ארויסגעוויזן הכרות הטוב פאר דעי הייליגע ארגענעזאציא האט תיכף גאהאט מתן שכרה בצדה א הערליך שיינע אויסגעהאלטענע פראגראם וואס איז געוועין אפראווד ביי אלע אפענע אין פארמאכטע מוחות, אלע בייזע אין פרייליכע, אלע מנהלים מיט זייערע מנהלת'טעת, רבנים ורבניטשקעס, דיינים ודיינות, אלזא נאכען זעין אזא מראה איז מער אראפ א שטיין פון האלז, לא אלמן ישראל.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1084 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » זונטאג מאי 05, 2013 2:51 pm

שכויעח, איר פילט שוין בעסער?
ווייסט איינער וואס איז געווען נעכטן אין בארא פארק?
א באריכט ביטע.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1820 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2395 מאל

הודעהדורך פרישער » זונטאג מאי 05, 2013 2:51 pm

גנדי האט געשריבן:
atmybest האט געשריבן:איך הער אז עס איז געווען געפערליך נעכטן אין בארא פארק.


וואס האב איך פארפאסט?


די רבנים פין בארא פארק האבען אלע ווידיא מתיר געוועין אזוי לאנג אז סעט נישט זיין דעי וויליאמסבורגע טענץ
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1084 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג מאי 05, 2013 2:58 pm

קען איינער טרעפן עמערדשענסי א ספעיס קנעפל און א ספעל-טשעקער פאר דער פיינע פרישער?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5821
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך בן תמליון » זונטאג מאי 05, 2013 3:03 pm

פרישער זעט אויס ווי א היפשער יודע ספר און צו שרייבן אין אזא הויכן סלאנגישן אידיש איז אויך א קונץ מיין איך.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1897 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג מאי 05, 2013 3:05 pm

דאס זאג איך, נאר א שאד דער מוח זאל זיך צעהן מאל איבערדרייען ביים ליינען זיינע דברי חכמה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5821
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך פרישער » זונטאג מאי 05, 2013 3:19 pm

בן תמליון האט געשריבן:או לי אם אומר או לי אם לא אומר. איך זעה אז קיינער איז נישט מעורר על כן פיל איך א חוב דא צו זאגן מיין דרשת מחאה.

דער עולם איז פארנומען מיטן טריפה'נעם עצת בלעם הרשע גילוי עריות טאנץ, וואס די הצלה לייט האב אונז מזכה געוועזן און ביני לביני גליטשט זיך אדורך א פיל גרעסער פירצה דורך די זעלבע כת הצלה ל"ע. דברים כהוויתן מען האט געטיילט פאר אלע משתתפים א געים אהיים צוטראגן פאר די קינדער. דער געים הייסט "האצאנאפאלי" דאס וואס מיר אלס קינדער האבן אייביק גערופן " האנדל ערליך" מיט היימישע אידישע אותיות, האבן זיי געטוישט פאר ענגליש. קוקנדיק דעם תוכן ווערט שווארץ פאר די אויגן, אנשטאט די שטעט צאנז רימאנאוו מיט רב טוב, זענען אויסגעשטעלט גריל אן לי, פאנטע פלאזא, גרינ'ס פרעסעריי וכדומה אזאנע. וואס וועט א קינד זיך ארויסלערנען פון דעם? אנשטאט טראכטן פון הייליקן שטאט ליזענסק וועט ער חלומ'ן פון גריל אן לי און פאנטע פלאזא ר"ל. גיי מיר ווייטער, אנשטאט די חשבון הנפש קארטלעך וואס זאגט "האסט געטאנצן מיט שטריק פאר מע נער, גיי אין גיהנום צוויי גענג" , איז דא קארטלעך וואס הייסט "לייף ענד סטראגלס" נעבעך. און וואס שטייט דארט? "וואנט טו געט פיט, זשוין דע גימנאסטיק קלעס". ממש ווי די יוונים. אט הערט, "גאט וועל? טעיק יור פרענדס ענד פארטי עט גריל אן לי". שומו שמים! ביסט געווארן געזונט אנשטאט זאגן גיי אין שוהל נעם א תהלים דאנק גאט, הייסטנער גיין מאכן א פארטי ביי גרויל אן לי! וואס דארף דער קינד שוין אליין פארשטיין אז נאכדעם נעמט מען א רום אין פאנטע פלאזא? איך וויל נישט זאגן ווייטער.

רבותי דער בעל דבר איז א מלך זקן וכסיל, ער איז זייער ראפינירט און כיטרע. ער זאגט די רבנים זאלן מאכן גרויסע אסיפות איבער אינטערנעט און דערווייל שמד'ט ער אונזערע קינדער דורך הינטער טירלעך. לדעתי זאלט איר אהיים און זאגן די קינדער פון היינט אן רופן מיר מער נישט הצלה, מיר וועלן רופן עי עם עס ווי אונזערע זיידעס. לא מדובשך ולא מעוקצך, ראטעוועט אונז נישט און שמר'ט נישט
אונזערע שעפעלעך. אז עס וועט קאסטן א פאר קרבנות וועלן זיין חאטש שטארבן ווי אידן נישט משומדים.
בזכות אז מען וועט זיך קלאמערן אין די אלטע וועגן און נישט משנה זיין קיין זיז כל שהו,וועלן זוכה זיין צום ותגלה ותראה מלכותו עלינו בזמן קריב ונאמר אמן.


די הצלה חברה האבן פרעזענטירט סלאטס אויפן געים איך גלייב אז זיי האבן עס נישט געטיען לשם מצוה אז די תינוקות של ביתינו זאלן אריין וואקסן אין שטייגן העכער אין ידיעות פין רימנאוו אין שיניאוו נאר זיי זענען ארים געלאפן אזוי ווי קידשה בריכי מיט די תורה צי יעדן וואס האט געזיכט צי קויפן א שטעיטעלע, אין איי געס אז גריל אן לי האט איינגעהאנדעלט א שטאט פאר די פרייז, אין סיניש געבליבן מער גארניש פאר מחנה רב טוב, אדער איבועת אימא פאפא קידוש זייל געפעסט אויפן אפערטוניטי אלענפאלס מקעניש האבן קיין טענות אויפן מציעית אז יאוואזנע זיכצעך נישט צי קונה שביתית זיין אויפן מנאצעפאלה
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1084 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג מאי 05, 2013 3:33 pm

פרישער.
איך האב נישט געוואוסט אויב צו לאכן אדער צו וויינען ביים ליינען דיין ארטיקל.
געמיינט האב איך אז דאס אן "איבערגעפרישטע ניק" וואס האט זיך מקבל געווען מיט אן התחדשות, מיט א שינוי השם, צוליב גילוי חששות וכדומה. - אבער ווי נאר כ'הייב אן צו ליינען, באקום איך אזא מין קאפוויי, וואס כ'האב נאך קיינמאל נישט באקומען פון ליינען דא... אזא שפראך! דרוש און פלפול געפלאכטן. מיז (קרעדיט: פרישער) דאך זיין אז דאס איז א פרישער חברה'מאן, אפשר גאר א חברה הצלה מאן, וואס טרינק קאווע צווישען איין רוף און צווייטען... יהא בואך לברכה...
בד"וו, קיינמאל נישט געוואוסט וויאזוי מ'לייגט אויס דעם ווארט "כיטרה"...
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8537 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג מאי 05, 2013 3:39 pm

כ'האב אביסל אנגעהויבן מגיה זיין. ס'איז צו שווער ממשיך צו זיין...
הרב פרישער, דיין תוכן איז פיין, אבער עס לייענט זיך שווער. אפשר קענט איר איבערקוקן און אליינס מגיה זיין בעפאר איר שיקט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15313
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18560 מאל

הודעהדורך פרישער » זונטאג מאי 05, 2013 3:47 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:כ'האב אביסל אנגעהויבן מגיה זיין. ס'איז צו שווער ממשיך צו זיין...
הרב פרישער, דיין תוכן איז פיין, אבער עס לייענט זיך שווער. אפשר קענט איר איבערקוקן און אליינס מגיה זיין בעפאר איר שיקט.


עצה טובה! ליינעס שטייטעלעך נישט קיין געכאפטע מעשיות, זיי מגיה איו לייגעס ציריק אינער דיין ניק, אדער קענטיר עס נעמען אין איבערלייגן גענצליך מיט א נייעם פראספעקטיוו, כעל נישט זיין בייז, סיניש קאפירייט
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1084 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג מאי 05, 2013 4:13 pm

ר' פרישער איך ווייס נישט וויזוי מען זאגט עס איידעלערהייט אבער קיינער ארבייט נישט פאר דיר!

יעדער דא איז דיר מרמז שיינערהייט זה בכה וזה בכה אז דו שרייבסט גוט אבער דיינע מיסטעיקס זענען פחד פחדים, ביטע ספענד אביסל צייט און זיי עס מגיה לפחות צוויי מאל פארען דרוקן די שלח קנעפל.

מיט דאנק פון פאראויס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5821
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג מאי 05, 2013 4:26 pm

ס׳קוקט אויס ווי א קאץ מיט א מייזל (איינע פון די צוויי אויף סטיראודס )האבן קונה שביתה געווען אויף פרישערס קיבאורד
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4392 מאל

הודעהדורך ידען » מאנטאג מאי 20, 2013 12:12 am

וואס וויל זי?
בייגעלייגטע פיילס
הצלה.jpg
הצלה.jpg (41.92 KiB) געזען געווארן 1446 מאל
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1095 מאל

הודעהדורך פרישער » מאנטאג מאי 20, 2013 12:27 am

א מטירפת די האנט שריפט קיקט אויס פין א אישה בלי דעת נעמט די מי צי שרייבן בלי שם, ידען איך קלער אז די האסט א שייכת מיטן שרייבערקע, ווייל איך גלייב נישט אז די בריוועלע האט ארויסגעפלאסן פין די ארכיוון פין הצלה, זיי העטן וועין געאשפת איידער סוואלצעך באוויזן
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1084 מאל

הודעהדורך בדחן » מאנטאג מאי 20, 2013 12:50 am

זי האט א פוינט אדער נישט? לו יהא אז איינער האט עס געמאכט לשם סומאכטע. איז אמת וואס דארט שטייט אדער נישט?? don't shoot the messenger

איז עס שקר, שרייב אז זי זאגט ליגענט, אבער פארוואס נישט רעספעקטירען א גרויס חלק פרויען מיט חוזק מאכען פון זיי?!
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מאנטאג מאי 20, 2013 1:03 am

גארנישט פון די זאכן זענען קעגן הלכה. אלא מאי סאיז א פרומקייו רוב ווייבער דארטן האבן נישט די אישאס. ממילא זאל זי נישט פארדרייען קיין קאפ און בלייבן אינדערהיים אום אריינשיקן איר נדבה דרוך usps
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3819
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4788 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 20, 2013 1:06 am

איך זעה nothing wrong אין דעם בריוו.
ס'איז דברים היוצאים מלב תמימה, זי מיינט דאס אמת'דיג.
סך הכל she is following וואס מ'האט איר אויסגעלערנט אין בית רחל.
ס'נאר א פלא וויאזוי דאס איז מפורסם געווארן.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8537 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט