קליינקעפיגקייט והמסתעף

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1673
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6300 מאל

קליינקעפיגקייט והמסתעף

שליחה דורך יואב »

ס'איז נישט קיין סוד אז פילע מוחות צווישן אונז וועלעכע זענען סוקסעספול אינסטאלירט געווארן אין קאפ ביים געבורט, טוהן אבער אנדערש ווי אנדערע ארגאנען, פשוט נישט וואקסן. און דאס איז טראץ דעם כמעט אומלייקנבארע "פאקט", אז אשכנזישע אידן זענען קלוגער.

ארבעים לבינה שיינט נישט צו זיין א שווה לכל נפש גארענטי, מ'שטיינס געזאגט אז ס'איז געפרוירן טוהט עלטערן זיך העלפן קנאפ. סך הכל מערט זיך יערליך א שיכט אייז ארום די מוח צעלן, גענוי ווי דעם עקלהאפטיגן Plaque וועלעכע באצירט די יעניגע ציין. וואס אלמלא חשש חמץ, וואלט דאס נישט געשיילט געווארן אפילו ערב פסח.
און דאס אז די קאפ איז אויסגעשארפט ווייל מ'לערנט גמרא, גילט אפשר ביי מאטעמאטיקס וכדו', אבער ווען עס קומט צו קאמאן סענס זעהט עס נישט אויס צו זיין עפעקטירבאר. או יאמר אויב דאס איז שוין מיט'ן גמרא קאפ, שטעלט אייך פאר מ'נעמט דאס אויך אוועק.

אויף זאצן און אקטיוויטעטן האב איך שוין געפענט אן אשכול, כ'ווייס טאקע נישט פארוואס אינעם שמייכל אפטיילונג. אויך מיר א געלעכטער.

איך וויל ווידמען דעם אשכול מער אויף די סטרוקטור פונעם מח וויאזוי צו פארמירן מיינונגען, אדער פאסן באשלוסן, איבער דברים העומדים ברומו של עולם, מייסטענס זאכן וועלעכע געהערט נישט צו אידישקייט ענינים.
איך בעהט מ'זאל חלילה נישט אראפרייסן הלכות, אדער פראקטעצירונגן פון סיי וואספארא אקטועלע אידישקייט זאכן.
און אפילו זאכן וועלעכע אנבלאנגט מנהגים אדער חסידישקייט זאכן, בעהט איך מ'זאל נישט דא שרייבן, עס איז פארהאן אנדערע אשכולות דערפאר.

א ביישפיל איז דער עקסטרעמען געשווירענעם זיכערקייט אדער עקסטרעמקייט וועלעכע שוועבט בתוכינו, איבער אלצדינג וועלעכע ווערט דיסקוסירט אונערהאלב די ראמען פון מקוואות, פארברענג פלעצער (?), און איבעראל ווי טענער הייבן זיך צוליב נאכנאנדיגע סאמעטוכעס, היימישע און וועלטליכע צוגלייך.

טעאריעס, קווענקלענישן, ספיקות, אומזיכערקייט, איז כמעט ווי ארויסגעשניטן פונעם ווערטער בוך. אלעס איז א "פאקט".

ווען ס'האנדלט זיך איבער א געוויסע סקאנדל פון א מאלעסטער וכדו', פאקטישע באווייזן ווי קאמעראס וכדו', זענען פארהוילען, און מ'דארף זיך פארלאזן אויף מענטשן.
דאס אין אנדערע ווערטער מיינט, אז כאטש יעדער האט רעכט נוטה צו זיין צו א געוויסע צד, באזירט אויף סיי וואס, איז עס קיין פאקט אדער 100%'דיגע זאך. און דער פולקאמער אמת ווייסן בלויז די בעלי המעשה, וועלעכע וועלן נידערן דערמיט אין קבר.
אבער דאס וועט בכלל נישט זיין קיין סיבה פאר געוויסע זיך אפצוהאלטן פון פאסן בלוט געזיגעלטע מסקנות איין וועג אדער די אנדערע, אן איבערלאזן אפילו א קליין פלאץ ליידיג פאר קווענקלענישן.
איינער וועט זיך שווערן אין מוכאמעד'ס בארד אז "ס'אוממעגליך" יענער זאל האבן באגאנגען אפילו ענדלעך צו אזא אקט,"אלעס" איז הוילע ליגענט, בילבולים, און פוסטע דימיונות. א צווייטער האט קיין ספק אז ס'אמת, און ווייסט שוין יארן פאר א "פאקט" אז יענער איז א געשוואלענעם אלטרא מניבל, און האט שוין אפגע'חזיר'ט צענדליגע. און אט די מיליאן פראצענטיגע זיכערקייטן ווערט זאגאר געליפערט מיט שטאלץ צו די מידיא, און דערמיט העכערט מען טאקע דעם אלוועלטליכע אנערקענונג צום עם נבון וחכם.

קאנספעראציעס. אדער איז אלעס אמת ויציב, אזש אלעקס דזשאוינס אליין, האט מורא אלצדינג צו אנפלעקן אויס זארג מ'וועט אים "אויך" אראפרוימען.
אדער איז לא דובים ולא יער. יעדע זאך וואס גרעניצט זיך מיט קאנספעראציע, אפילו ס'דא גאנץ מעגליכע באווייזן, איז דאס הוילע פאנטאזיעס געוועבט דורך מאדנע עלעמענטן מיט כל מיני מאטיוון.

גלאבעל ווארעמינג. געוויס 95% פראצענט חברה ביים ציבור, וועלעכע שטייען אין שפיץ פון דיסקוסירונגען איבער דעם נושא, האבן קיינמאל עכט דורכגעטוהן די זאך. (95%, איך ווייס נישט פאר א פאקט,בלויז אן השערה.) אבער אנשטאט פשוט נוטה צו זיין אין א געוויסע זייט, פאר סיי וואספארא סיבה, ווערט דאס אפגעפרעגט אין א רגע, באגלייט מיט א שנעלן נייג מיט די האנט. סארא שטותים.

אדער איז יענער רבי א שגץ ימח שמו'ניק, אדער א קדוש וטהור בעל רוח הקודש.

אט האב איך אויסגעשאקלט פון ארבעל עטליכע ביישפילן פון 100 צו 0 זיכערקייטן, עס איז פארהאן צאלאזע ביישפילן איבער די קליינקעפיגקייטן.
*ביטע נישט מאנעווירן דעם אשכול צו טעאלאגישע טעאריעס וכדו'.

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט