די עירוב שערורי' אין ברוקלין

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

די עירוב שערורי' אין ברוקלין

שליחה דורך אךשמח »

די פרשה פונעם עירוב אין ברוקלין איז שוין א גאר אלטע און אויסגעדראשענע, אבער זעענדיג אז די מתנגדי העירוב לאזן עס נישט פארגעסן האב איך געקלערט אז אויך דא אין שטיבל איז ווערד אז מען זאל דאס אביסעלע צונעמען, ווייל נאך אלעם איז דאס א היסטארישע געשעעניש וואס א חלק פונעם ערליכן אידנטום האבן געוואלט אויסרייסן א שטיק פונעם שלחן ערוך אלעס כדי די אייגענע פארטיי זאל בלייבן מושל אינעם שטאט.

די יערליכע אסיפה איז געמאכט צו מחזק זיין די מאדנע און אומדערהערטער מנהג פון נאכשרייען אידן וואס זייער מורה הוראה האט זיי קלאר מתיר געווען דאס טראגן מיטן עירוב. עס איז בעיקר געצילט אויפצוהעצן די יוגנטליכע צו פארשעמען און דערנידערן די וואס ווילן זיך באנוצן מיט אן עירוב וואס חכמינו ז"ל האבן מתקן געווען.

עס מוז קלאר געזאגט ווערן אז עס זענען טאקע געווען געוויסע גדולי רבנים וואס האבן געהאט פארשידענע חששות איבער טראגן מיט אן עירוב אין די גרויסע שטעט, אבער נישט דאס איז דער מדובר דא, און קיינמאל איז נאכנישט געווען אז מען זאל אזוי נאכשרייען און מבזה זיין רבנים וואס ערשט נישט לאנג צוריק זענען זיי געווען פאררעכנט אלס די גרעסטע פוסקים אין שטאט, און איבערנאכט זענען זיי איבערגעדרייט געווארן אלס שפלים ונבזים און פון די נידריגסטע אידן וואס זוכן צו פארדרייען די תורה.

דער מצב כהיום איז אז די מערכה איז היבש שטיל געווארן און מען הערט שוין אויך פיל ווינציגער די געשרייען אין שטאט, און טאקע דאס איז די סיבה פונעם יערליכן אסיפה שלא לש"ש מחזק זיין און דערמאנען די יוגנטליכע אז מען דארף ארויסגיין און ווילדעווען אין די גאסן ווי אין הארלעם.

דער אשכול פארמאגט 302 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר