מיין קידוש השם עפיזאד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16555
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18718 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19049 מאל

מיין קידוש השם עפיזאד

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך בין נישט זיכער אז מען קען עס רופן א קידוש השם, אבער איך רוף עס אזוי אפילו בדרך ספק.

איך בין נעכטן געזעצן ביי א גאווערנמענט אפיס, צו ארלעדיגן געוויסע פאפירן. איך האב געדארפט ווארטן א לענגערע צייט, מ'האט געדארפט אסאך נערוון, אין דעם איבערגעפילטן ווארטונגס-צימער מיט כל צרוע וכל זב. ביני לביני זענען אלע אריינגעגאנגען, און איך בין געבליבן ווארטן אויף מיין רייע.

צוביסלעך האט זיך דאס צימער אויסגעליידיגט, און דארט זענען איבערגעבליבן נאר איך מיט... א גוי'טע. (ס'איז א פובליק פלאץ מיט פענסטער ארום, ס'איז נישט קיין יחוד). ווערנדיג צושמאלצן מיט די צייט, די באטערי פון מיין פאון האט שוין דערגרייכט איר קלימאקס (קרעדיט: געפילטע), האט מיר די פרוי - אלט בערך 25-30 יאר געשאצט - געפרעגט אויף וועלכע קעיס ווארקער איך ווארט, און וואס איז די סיבה וואס איך בין דא, און נאך אזעלכע פארווע שאלות. נאכן ענטפערן אין קורצן, האט זי פארציילט איר סיבה.

איך גיי נישט זאגן אז איך בין געווען עקסייטעד פאר אזא קאמפעני, א פרוי בכלל, און א אנדער פאלק בפרט, אבער צוביסלעך האט זיך די אטמאספערע אנגעווארעמט און מיר זענען אריין אין א צוגעלאזענע שמועס. איך האב זיך פרובירט צו האלטן קיהל און קלוג, צו לאזן א גוטן רושם. געגעבן קורצע, פאסיגע אבער פריינטליכע ענטפערס. צוביסלעך איז זי אריין אין די שמועס איבער אידן, זי האט למשל געפרעגט פארוואס פרויען שערן זיך אפ די האר פון קאפ, און נאך אזעלכע אינטרעסאנטע שאלות. און איך וועל מודה זיין, טראץ דעם אל תרבה שיחה, איז אסאך מאל אריינגעקומען עטליכע ווערטלעך פון וועלכע זי האט שטארק געלאכט...

נאכן שמועסן בערך א 20 מינוט, הער איך שרייען Mr. Shmekedig please, און איך זאג איר אז איך דארף שוין אריינגיין... זאגט זי צו מיר בזה הלשון:

It was really nice meeting you! In fact, it's the first time in my life speaking to a Jew, and I am pleasantly surprised and actually amazed that you are so intelligent

איך האב שוין באקומען אסאך קאמפלימענטס אין מיין לעבן (למשל די אשכול פון moti107), אבער דאס האט מיר ספעציעל געגעבן א טשיל, און האב געשפירט אז איך האב פאראורזאכט א קידוש השם.

איך שפיר אז איך מוז עס דערציילן ברבים, ווייל איך בין שטאלץ מיט מיר אליין! א חסיד'ישער יונגערמאן מיט א בארד און פיאות האט גורם געווען צו מאכן א גוטן איינדרוק אויף אידישע קינדער. שישו מעי שישו!
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר