הדר וקבלוהו מאונס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

הדר וקבלוהו מאונס

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]כלל ישראל גרייט זיך אויף א מעמד הדר קבלוהו. וואס איז שלעכט מיטן ערשטן קבלה ווייס איך נישט. ביי מתן תורה האט מען געברויכט א הדר קבלוהו ווייל ביים ערשטן מאל איז עס געווען כפה עליהם ה'בַּארג כ'פֶעסל האט מען געברויכט מאכן א הדר קבלהו מרצון מתוך משתה ושמחה ושכרות. הגם דארט איז מיר אויך נישט קלאר וואס האט אויסגעפעלט א הדר וקבלהו לויט ווי מיר פסק'נען איז דאך כופין אותו עד שיאמר רוצה א בריסקע מהודר'דיגע רצון איז וואס פעלט אויס נאך א רצון. אבער גיי פרעג קשיות אויף אגדתא. אבער דא ביי אונזער קבלת התורה איז די קשיא מרפסין איגרא, דער ערשטע מאל איז דאך געווען מרצון גמירא וא"כ וואס פעלט אויס א חזר ונשנה בערבות מואב.

ועוד קשה בשלמא אנשים באו לשמוע את דבר ה' ברמה, אבער טף למה באו? וואס פעלט אויס צו עפענען די אויגן פון די תינוקות שלא טעמו טעם חטא. מיר שטאלצירן דאך כסדר בראש כל חוצות איבער אונזערע געלונגענע פארמאכטע חינוך. קינדער ווייסן נישט פון קיין לא תרצח און פון קיין לא תנאף. פון א מאלעסטער ווערט מען געוואר ווען ער קריכט ארויס פון אונטערן באנק. און פון טומאת שינה ווערט מען געוואר אין א שלש סעודות תורה אויף חטא הידוע אדער דורך איינע פון שיק'ס קונטרסים. איז מה נשתנה המעמד הזו אז מען אינטערדוסט אונזערע אפרוחים שלא נפתחו עיניהם צו די גאנצע געמיינהייט וואס אינטערנעט און טעכנעלאגיע האט צו פארקויפן??

איז אויף די ערשטע קשיא, קען מען זאגן אזוי. די ערשטע אסיפה איז געווען א כה תאמר לבית יעקב, אן אמירה רכה. מ'האט גערופן אזעלעכע רעדנערס ווי וואקסמאן און שיינער זאלן רעדן אויף די 'ביוטי' פון א תורה'דיגע לעבן אן קיין אינטערטעמענט. פארן מאנטריאלע רב האט מען מזהיר געווען חלילה נישט צו רעדן דברים קשים. און שוין דער דאקטער פון מאונט סייני און דער לויער פון ריווער דעיל איז געווען אימפרעססעד, 'האו נייס'! האט ער געזאגט פאר זיין ווייבל.

אבער יעצט אז די געסט זענען אהיים, די מאדערנע פעטער איז נישט אין תחום שבת, פאנגט מען אן צו רעדן צו אונז דברים קשים כגידים. מען פאכעט מיט א רצועה של עור, מען זאגט אונז אם שמוע תשמע בקולנו מוטב ואם לאו ראו המקל התלוי על הכותל, סופכם להלקות במקל זו. ווי ס'שטייט דארט ביי די מעשה פונעם בן מלך: מעשה בבן מלך שקלקל הרבה וכל זמן שאוהבו של מלך אצלו, לא רצה המלך להענישו שהיה מתבייש הרבה מאוהבו, כיון שנסתלק אוהבו עמד המלך וכפת בנו כעגל והתחיל להלקותו מנה אחת אפים.

איך שפיר אז דאס אלעס איז בדרך דרוש. מ'דארף דאך זאגן א פשט לפי פשוטו של מקרא, נאר לפי דרשת הרב חיים יושע האלבערשטאם שליט"א איז פארענטפערט ביידע קשיות בחדא מחתא. ר' חיים יושע זאגט אזוי אויסער די געוואלדיגע ריווח וואס די תינוקות של בית רבן וועלן האבן פון זעהן אזא גרויסע צאל אידן ארומגענומען מיט אש להבה'דיגע גייסט אקעגן דעם נגע המשחית המכלה בשר נפש רוח נשמה, און ווי אויך הערן די דרשות פון די באגאבטע בעלי דרשנים וואס דאס אליין איז אין לשער וואספארא רושם עס וועט מאכן אויף זייער אינגע הערצעלעך, וועלן מיר אין איינוועגס שטעלן א שומר חינם אויפן טאטען און מאמען. אז דער טאטע וועט ארויסנעמען דעם איי פאון וועט דער אינגל שרייען, ילמדנו רבינו איי פאון זה מי התיר לך? און אז די מאמע וועט ארויסנעמן איר בלעקבעררי. וועט דער אינגל פארפירן, וכי חילוק יש בדבר, אם אנשים נצטוו, נשים מי פוטרן?

איז פארשטיי מיר שוין וואס מען דארף א צווייטע הדר קבלוהו וויל די ערשטע מאל איז עס געווען מרצון און די צווייטע מאל גייט עס זיין מאונס. אונס זו אינו יודע מה הוא, עד שבא ר' חיים יושע ופרש הדברים כשמלה. איי וואס פעלט אויס אונס אז דער רצון איז דא? דער תירוץ איז פשוט ווייל וואס קומט דען צו צו א איסור מאונס. אלע יארן האט מען געוואוסט אז אן קיין כפיה דתית האלט זיך נישט קיין אידישקייט. און בכלל א זאך וואס עס קומט געצווינגענערהייט האט אסאך א שטערקערע חשיבות ס'איז א קלארע גמרא, גדול המצווה ועושה ממי שאינו מצווה ועושה. און לפי הנ"ל פארשטיי מיר שוין אויך די צווייטע קשיא טף למה באו, ווייל אן זיי האבן מיר נישט קיין חתונה. ס'בלייבט נאר שווער פארוואס רופט מען די טאטעס מען קען ווען רופן נאר די קינדער. ויש ליישב בדוחק.

איך פאנג שוין אן חושד צו זיין אז דאס וואס רש"י זאגט אין פרשת ויקהל טף למה באו בשביל ליתן שכר למביאהם איז נאר א דרוש. דער אמת'ע פשט איז ר' חיים יושע'ס פשט. משה רבינו האט מורא געהאט אז אויב וועט נאר רופן די מענער וועלן זיי פארקויפן לאקשן פאר די פרויען און קינדער. אזוי אז די פרויען און קינדער קומען אויך ווען דער טאטע וועט זאגן עה, דאס מעג מען, אדער דאס, דאס איז דאך א לכתחלה, וועט זיך דער קליינער יענקלע אויפשטעלן און זאגן אבא וכי לא כך כתוב בתורה ?

אז איך וועל גיין די וואך צום 'מעמד אדיר איום ונורא בצר לי לך אקרא' וועל איך בל"נ אייך איבערגעבן א שטיקעלע באריכט.[/justify]
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 44 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר