בלאט 1 פון 1

וואס איז פשט אין די טיטלן און תוארים?

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:13 am
דורך הוגה
וואס איז פשט אין די אלע תוארים און טיטלן? איז עס סתם ליצנות?

איך קום אריין אין א שול פון א געוויסע חסידות און אויפן טיש איז געווען פראפאגאנדע מאטיריעל פון יענע חסידות. די מספר טיטלן אויפן ארטיגע רבי, צווישן אנדערע זענען געווען די פאלגענדע.
פה קדוש
איתן אדונינו
כבוד
קדושת
אדונינו
מורינו
ורבינו
עטרת ראשינו.

אין איינער פון די ארטיקלן ווערט די רבי און זיין הייליגע עבודה מתואר אלץ מלאך הנצב וכו' שר השם צבאות און נאך.

איך שטיי און איך ווינדער זיך. דער וואס האט דאס געשריבן איז פשוט א שוטה און מיינט עס נעבעך ערענסט? אדער איז ער א פשוט'ע פראפעגאנדיסט און פרובירט חוזק צו מאכן פונעם עולם? אדער פשוט א שלימזל וואס כאפט נישט ווי קאמיש דאס זעהט אויס.


(דרך אגב, איתן אדונינו? וואס פאר א טיטל איז דאס? וואס דארף צו זיין די טייטש פון דעם? דאס איז פלעינע אמעראציס) ה


די אמת איז אז די מחלה רירט אן כמעט יעדע חסידות. ווען איך זעה די הגה"ק טיטל אויף סיי וועלכער רבי דרייט עס מיר די מאגן. מילא הגאון, קען מען זיך איינרעדן אז מען איז א מבין צו וויסן וועם עס קומט זיך דעם תואר. אבער ווער איז די מבין צו וויסן ווער עס איז א קדוש? און נאך מער קאמיש איז די פאקט אז א יליד אשה קען ווערן א קדוש איבערנאכט נאכן פטירה פונעם טאטע.

סיני ועוקר הרים, איר זעהט? בימי התנאים האבן די דעמאלטסדיגע ריזן זיך נאר געקענט פארדינען איין טיטל, אדער סיני אדער עוקר הרים. אבער היינט איז יעדע פימפענאטער מיט שיפע טאשן וואס גייט האלטן א דרשה סיי סיני און סיי עוקר הרים. די תנאים קענען זיך שעמען פאר אונזערע היינטיגע גדולים.

רשכבה"ג, דאנט געט מי סטארטעד, ווער האט אויפגענומען דעם צדיק צו גיוועלטיגן איבער גאנץ כלל ישראל? איז געווען וואלן דערויף?

אמאליגע צייטן זענען טיטלן געווען געוואויגן און געמאסטן. נאר א קדוש האט באקומען דער טיטל קדוש. נאר א גאון האט באקומען דער טיטל גאון. אבער היינט איז עס סתם א ליצנות.

ומדאתינא להכא, וואס איז פשט אז ווען חסידים גיבן ארויס א קונטרס פון זייער רביס תורה שרייבן זיי נאר כ"ק אדמו"ר שליט"א, כאילו עס איז נאר דא איין רבי אויפן וועלט? וואס פארגונען זיי נישט פרעמדע אידן צו וויסן ווער איז די בעל מחבר פון די פערל ווערטער? איז עס א פחיתת הכבוד צו שרייבן אדמו"ר רבי גרונם זרח משמעקלשטיין שליט"א?