איז טאקע היטלער נישט געווען אזוי געפערליך?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4108 מאל

איז טאקע היטלער נישט געווען אזוי געפערליך?

שליחה דורך קופערניקוס »

מיין נאטורליכע פארשטאנד זאגט אז היטלער איז געווען א שלעכטער מענטש, ער האט וויי געטון מענטשן, אויסגעהונגערט קינדער:
בילד
און פארטיליגט א פאלק
בילד
איך האב אייביג געהאט א שנאה צו היטלער און צו די נאציס.
אבער געוויסע מענטשן הייבן מיר אן משכנע זיין אז היטלער איז נישט געווען אזא שלעכטע מענטש.זיי זאגן עס נישט קלאר אבער זיי האלטן עס אין איין זאגן מיטן מאכן יעדן פאליטישן קעגנער, יעדן אידעאלאגישן צד שכנגד און יעדן קאנקורענץ, ערגער ווי היטלער!

סאטמאר און נטורי קרתא האלטן אין איין זאגן אז די ציונים - דאס טייטשט, כלל ישראל וואס בויעט א מדינה ווי צו וואוינען, לכל שבטיה, פון לינקע קאמוניסטישע ציונים ביז ברעסלעווער מתנחלים, זענען ערגער ווי די ציונים
בילד


יאיר לפיד א מעסיגער קלוגער פאליטישאן וואס וויל זייער שטארק אז חרדים זאלן זיך ציוויליזירן.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=HNJZJw1ZE9A[/youtube]
גענוי אזוי ווי אסאך מענטשן דא אין קאווע שטיבל, אין פעיסבוק, אין מקווה ווי מען רעדט געהעריג, (און ווי ידידינו החכם דבילה האט מיר אין אן אישי שמועס גוט מגדיר געווען, איבעראל ווי מען רעדט אנדערש ווי ביים שווער אויפן שבת טיש) האלטן אז חרדישע אידן דארפן זיך אויפוועקן פון א טיפן שלאף און זיך ציוויליזירן. מען קען נישט פירן קיין לעבן אן קיין חשבון בלויז מיט משלים פון דובנער מגיד.
מען קען נישט האבן טריליאן קינדער אן ארבעטן, מען קען נישט באגראבן מאלעסטעישאן דורך קול קורא'ס, און מען קען נישט אפהאלטן טעכנאלאגישע פארשריט דורך קול קורא'ס. מען טאר נישט באגראבן אכצן יעריגע קינדער מיט נקבות וועמען זיי קענען נישט, אנטון די נקבות צניעות'דיגע וועש און זיי לאזן זיך דערשטיקן מיט מחנות קינדער.
אבער יאיר לפיד זאגט עס צו שטארק, און ווען איינער זאגט אמת טוט עס וויי. יעדער ווייסט דאס אז ווען איינער רעדט אמת וואס מען טראכט אבער מען וויל נישט זאגן, ווערטער וואס זענען "ליבא לפומא לא גליא" קרענקט עס.
חיים וואלדער, א באבע מעשיות דערציילער, האלט נישט אז די ציונים זענען ערגער ווי די נאציס, ווייל ער וואוינט אין ארץ ישראל, ער קען די ציונים און האט זיי נישט פיינט. אבער לפיד'ס ווערטער שניידן אים גוט אריין. וואלדער אליין איז נישט באזארגט איבער זיין פרנסה, ווייל ער האט א גוטן פאך אין די האנט גנבענען געשיכטעס פון או הענרי און אנדערע קלאסישע שרייבער וואס יעדער בר בי רב דחד יומא בפאבליק סקול ווייסט, און עס אויסברעכן אין א אומוויסנדע געמיינדע. אלזא, פארן עולם'ס פרנסה זארגט ער נישט, און ווען לפיד רעדט וועגן ציוויליזירן חרדים זאלן נישט זיין לעול ולמשא אויפן רעגירונג קאסע, איז וואלדער געפאלן אויפן וואזשנעם געדאנק אז יאיר לפיד איז אזוי ווי היטלער


ביי אונז האט מען געוויסט אז די ציונים זענען ערגער ווי די נאציס. די פרומע ציוניסטן זענען ארגער (מיט אן אלף דייקא) די אגודיסטן וויזניץ, גור, בעלזא פאניוועזש, זענען נאך ארגער, ווייל מיט זיי קען מען זיך טועה זיין. די ארונים זענען דאס סאמע ארגסטע ווייל זיי זענען מכם ובכם, און זיי זענען רבם דקרו, און זיי זענען יודעים את רבונם. קומט אויס אז היטלער איז ממש פון די סלתה ושמנה.
איך שרייב עס האלב ליצניש, אבער באמת, וויפיל איז די שיעור פון טפשות?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 11 אום קופערניקוס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר