בלאט 2 פון 2

הודעהפורסם: מאנטאג מאי 06, 2013 9:42 pm
דורך קופערניקוס
אמת, עס איז פארהאן פראפאגאנדע, אבער נכרים דברי אמת ולו במקצת.

הודעהפורסם: מאנטאג מאי 06, 2013 10:02 pm
דורך מאראנצןזאפט
לעיקוואד האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:זיי ווייסען פונטקלעך וואס די פרומע ווילען, נישט פין היינט און נישט פין נעכטען, זיי האלטען דאס נישט ביים געבען, ווען זיי וואלטען צוגעשטעלט פאר די פרומען צו קענען גיין און נישט זיין אויסגעשטעלט צו נסיונות בעל כרחם, וואלטען די פרומע בחורים שוין לאנג געגאנגען, אנגערעדט צו די רבנים לאזען יא אדער נישט, ווייל זיי ליידען גאר אסאך פין נישט גיין.

אינו מן ענין.
א- זיי האלטן קלאר יא ביים עס געבן, זיי האבען געמאכט נחל חרדי ווי דארט איז מען מחוייב לויט די תקנות פון צה"ל צו דאווענען און לערנען, סנישטא קיין שום פרויען, וכו', און סאיז נישטא גענוג בחורים מיט וואס עס אנצופולען באשמת אונזערע הייליגע קנאים.
ב- סאיז נישט זייערע אחריות צוצושטעלן א פלאץ אן נסיונות. יעדער איינער וואס וואוינט אין די מדינה האט א חיוב מאראליש מענטשליך און תורה'דיג זיך משתתף זיין נארמאל אין די אחריות פון היטען אויף עס. אז דו ווערסט אנגערייצט פון זעהן מיידלעך צו נאנט איז דאס דיין פראבלעם, בינד זיך צו די אויגען מיט א שמאטע, ווייס איך וואס, פארוואס איז דאס די מדינה'ס קאפווויטאג צוצושטעלן?
ג- סנישטא אזא זאך א פלאץ אן נסיונות. אויך אין ישיבות הקדושות פעלט נישט קיין נסיונות. און אוודאי אין יעדער פלאץ אין די נארמאלער אמתער וועלט וועט זיין ניסיונות, און אפילו שווערע נסיונות. פעלט נישט קיין ארבעט'ס פלעצער וואס די נסיונות דארט זענען פילפאכיג מער פון ארמעי. ווילאנג עס איז אויפ'ן עולם הזה וועלן די חרדים אלץ קענען שרייען אז דאס איז "נסיונות בעל כרחם". סנישטא אזא זאך נסיונות בעל כרחם. יא, די ארמי איז אויפ'ן עולם הזה, אויפ'ן עולם הזה איז דא מיידלעך, סאיז דא בכלל א מאדערנער פרייער וועלט, און מדארף זיך ספראווען דערמיט.
ד- קיינער כמעט וועט זיך נישט דערוואגע בדרך כלל צו טוהן א זאך וואס די רבנים זענען פייער דערקעגן, און אין די גאנצע חברה איז עס אראפגעקוקט, דארף מען זיין נאריש צו טוהן אזא זאך.
עס איז גאר איראניש ווי אלץ הגנה אויף דרכי החרדים פארציילט מען אזעלכע מעשיות ווי אז בעצם וואלטן מיר געטוהן וואס מיר ווילען צו די רבנים ווילען יא צו נישט.


מ'קען דאך זאגן דיין גאנצע קרעפל פשעטל אויך אויף גיוס בנות.
איז וואו איז דיין רויטע ליניע?

הודעהפורסם: מאנטאג מאי 06, 2013 10:20 pm
דורך לעיקוואד
מאראנצןזאפט האט געשריבן:[

מ'קען דאך זאגן דיין גאנצע קרעפל פשעטל אויך אויף גיוס בנות.
איז וואו איז דיין רויטע ליניע?

אפשר טאקע? מיינטס טאקע אז ווייל די מערכה אויף גיוס בנות איז געשעהן מיט פופציג יאר צוריק און טראגט א שטעמפל פון טויטע גדולים איז עס געווען באמת וייניגער לעכערליך ווי די היינטיגע מערכות?
ואכמ"ל.
אחוץ אויב האלטסטו אז סאיז טאקע דא א איסור ממש אויף גיוס בנות, וואס דעמאלטס פארשטייט זיך איז די פשעטל נישט רעלעוונט.

הודעהפורסם: מאנטאג מאי 06, 2013 10:25 pm
דורך מאראנצןזאפט
דעם חידושי הרי"ם האט מען שוין היינט מסדר געווען און יעצט איז עס טשעבינער רב מיט'ן חזון איש, ווער איז נעקסט?
אפשר שרייבסטו אפאר ווארעמע ווערטער לכבוד שבועות?
אפשר גיט איר אונז אביסל פון די בעיבי סטעפס פון וואס איר רעדט אין אייער חלום?

הודעהפורסם: מאנטאג מאי 06, 2013 10:35 pm
דורך לעיקוואד
ביסט גערעכט.

בעיבי סטעפס?
viewtopic.php?f=24&t=3701&p=112464#p112464

הודעהפורסם: מאנטאג מאי 06, 2013 10:56 pm
דורך היימישער ליטוואק
גיוס בנות, לויט די אמאליגע השגות איז א מיידל אונטער אויפזיכט פון א מאנספערזאן וועלכער האט אלע רעכטן איבער איר - כמעט ווי יהרג וא"י.
היינט גלייב איך נישט אז א נארמאלער פוסק וואלט דאס גזאגט.
אגב: זייט מדייק פון אלע בריוו רעדט מען נישט פון דעם פאקט אז די ציוניסטישע ארמיי איז א צבא טמא און אז מ'טאר נישט זיך משתתף זיין מיט די ציונים וכו'. והמבין יבין.

הודעהפורסם: מאנטאג מאי 06, 2013 11:01 pm
דורך מאראנצןזאפט
לעיקוואד האט געשריבן:ביסט גערעכט.

בעיבי סטעפס?
viewtopic.php?f=24&t=3701&p=112464#p112464


זע יידלס חתימה, א לינק צו דיין חלום וועגן בעיבי טריט, און זאג מיר נישט איך הארעווע אויף דיין תגובה און דו געדענקסט אפילו נישט וואס דו האסט געשריבן.

הודעהפורסם: מאנטאג מאי 06, 2013 11:15 pm
דורך לעיקוואד
רבינו מאראנצןזאפט
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו טענה'סט דא. נא הסבר.

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 07, 2013 9:55 am
דורך דבילה
קופערניקוס האט געשריבן:און ווי איינער האט מיר גוט מגדיר געווען, איבעראל ווי מען רעדט אנדערש ווי ביים שווער אויפן שבת טיש


ווי איז מיין קרעדיט?

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 07, 2013 10:22 am
דורך טאמבל סאס
איחוד פעלד האט געשריבן:אויב איז עס אזוי אמת אז לפיד וויל נאר אויסגלייכען די חסרונות, וואלט ער צוגעשטעלט אז די פרומע זאלען קענען גיין אין מיליטער און בלייבען הונדרעט פראצענט פרום.

כל זמן דאס ווערט נישט געטוהן, מיינט אז זיי ווילען נישט באמת דאס, זיי ווילען פארקערט, זיי ווילען אז די חרדים זאלען גיין אין מיליטער, און ווערען פרייער אויף וויפיל זיי קענען.

איך האב געזען בילדער פון גרויסע בערד אין מיליטער. איך הער נאך אז בערד, איז בעסער פאר קאמופלאזש.

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 07, 2013 10:40 am
דורך קופערניקוס
דבילה האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:און ווי איינער האט מיר גוט מגדיר געווען, איבעראל ווי מען רעדט אנדערש ווי ביים שווער אויפן שבת טיש


ווי איז מיין קרעדיט?


אזא מייסטער ווי דבילה פטר'ט מען נישט אפ מיט איינמאל קרעדיט, אויף דיר קומט נאך איין טאג א גרויסע הספד...

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 07, 2013 10:47 am
דורך טעפל
ר' קופער ס'איז זייער גרינג זיך צו ווייקען אינעם סיר הבשר אין אמריקא און זאגען אז ר' יאיר לעמפל איז גערעכט, אמת מיר האט אויך אויפגעברויזט חיים וואלדער מיט זיין ארטיקל (וואס עולם גולם אין אמריקא לויפט נאך זיינע ביכער שוין צענדליגע יאר נישט וואסענדיג אז מ'רעדט פון א קראנקע מענטש וואס ליידט פון שיגעון גדלות) אבער פון דא ביז זאגען אז יאיר וואס איז נאך ערגער ווי זיין טאטע, וואס היינט אלע פרייע שרייען אז ער האט סתם פיינט די פרומע און רעדט נישט צום זאך, און וויל "גאר" שטארק כאילו העלפן די פרומע.
א לייק האסטו באקומען וויל דו שרייבסט צוקער זיס!!!

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 07, 2013 10:51 am
דורך דבילה
טעפל האט געשריבן:ר' קופער ס'איז זייער גרינג זיך צו ווייקען אינעם סיר הבשר אין אמריקא און זאגען אז ר' יאיר לעמפל איז גערעכט, אמת מיר האט אויך אויפגעברויזט חיים וואלדער מיט זיין ארטיקל (וואס עולם גולם אין אמריקא לויפט נאך זיינע ביכער שוין צענדליגע יאר נישט וואסענדיג אז מ'רעדט פון א קראנקע מענטש וואס ליידט פון שיגעון גדלות) אבער פון דא ביז זאגען אז יאיר וואס איז נאך ערגער ווי זיין טאטע, וואס היינט אלע פרייע שרייען אז ער האט סתם פיינט די פרומע און רעדט נישט צום זאך, און וויל "גאר" שטארק כאילו העלפן די פרומע.
א לייק האסטו באקומען וויל דו שרייבסט צוקער זיס!!!


'סעפעס עולם גולם.. זיינע ביכער זענען שיין און זיינע ארטיקלען זענען קראנק. ביכער לחוד וארטיקלען לחוד.

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 07, 2013 1:11 pm
דורך קאך_לעפל
דינען אונעם ציניסטישען מיליטער האט 2 חלקים:

1 די אלע וואס האלטען אז יודן טארן נישט האבן קיין מיליטער ביז משיח וועט קימען, אשרי חלקם, לויט זיי פארשטייען מיר די שטורם קעגן גיוס בני ישיבות,

2 אבער פאר די אלע וואס האבן נישט קיין שום פראבלעם, מיט א יודישע מדינה, און מיט א אייגענעם מיליטער, פאר ביאת המשיח, פארוואס שרייט איר?

פארוואס דארפן די פרייע יא גיין און מיליטער, און פארטיידיגען דאס לאנד, און די פרימע דארפן נישט גיין? פארוואס? ביטול תורה? וואס פארא טענה איז דאס? און די צייטן וואס כלל ישראל איז געווען שרויים על אדמתן, און די יודן האבן געהאט א אייגענע מלוכה, איז ביטול תורה געווען א תירוץ נישט צי דינען און מיליטער? וואס פאר א תירוץ איז דאס ביטול תורה? יעדע ישראלישער בירגער האט א מאראלישער און א נאציאנאלע פליכט צו דינען און מיליטער!

די זעלבע איז מיט פרנסה,

עס קימען אהער קיין אמעריקא צענדליגע בני ארץ ישראל שנארן, מיטן טענה איך האב א שטוב מיט קינדער, און איך זיץ און איך לערן, איר הערט ווערטער?
איך האב א מאל געפרעגט אזא איינעם, אפשר טוישען מיר זיך? די גיי ארבייטען, און איך וועל זיצן און לערנען? פארוואס דארף איך ארבייטען, און דיר געבן געלט ווייל די האסט אפגעמאכט אז די ווילסט לערנען? אפשר גיי די ארבייטען און איך זעץ מיך לערנען?

די פרימע איזרעליס האבן לדעתי זייער א געמיינע מענטאלעטי,

ער וויל זיצען על מי מניחות, דינען און מיליטער, און פארטיידיגען דאס לאנד, זאלן די פרייע! פרנסה זאלן די אמעריקאנער זיי באזארגען, און ער וועט זיצען און ירושלים, און פרעסען פאלאפל מיט שווארמע, וואו איז דער יושר?

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 07, 2013 4:58 pm
דורך פרענטש וואנילע
קאך לעפל, איך ווייס נישט אויב איר זענט רעליגיעז, אויב יא נעם איך אויף דיין תגובה אלס סארקאזם..

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 07, 2013 10:04 pm
דורך berlbalaguleh
פרענטש וואנילע האט געשריבן:קאך לעפל, איך ווייס נישט אויב איר זענט רעליגיעז, אויב יא נעם איך אויף דיין תגובה אלס סארקאזם..

ער איז נישט נאר (בלויז) רעליגיעז. ער גייט אויך אין די שיטה. ער טענה'ט נאר לשיטתם פון די "פרומע" ציונים. וואספארא תירוץ איז "ביטול טעירעה"? אבער לפענ"ד איז דער אשכול אוועקגעפארן פון די אריגינאלע כוונה פונ'ם פותח האשכול. מ'דינגט זיך ווי שלעכט יאיר לפיד און די ציונים זענען. אבער ס'האט נאך קיינער נישט אויפגעוויזן אדער געברענגט א ראי' אז היטלער און די נאציס, ימ"ש זענען "נישט אזוי געפערליך" שלעכט. חוץ פארשטייצעך די נטורי קארטעניקעס ( די וואס קושן זיך מיט אראפאט און אכמעדינעזשאד( וועלכע האבן גאנץ שטארק ליעב די נאציס, און זענען אפיציעלע האלאקאוסט לייקענער.

Re: איז טאקע היטלער נישט געווען אזוי געפערליך?

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 03, 2019 7:37 pm
דורך מי אני
קופערניקוס האט געשריבן:מיין נאטורליכע פארשטאנד זאגט אז היטלער איז געווען א שלעכטער מענטש, ער האט וויי געטון מענטשן, אויסגעהונגערט קינדער:
בילד
און פארטיליגט א פאלק
בילד
איך האב אייביג געהאט א שנאה צו היטלער און צו די נאציס.
אבער געוויסע מענטשן הייבן מיר אן משכנע זיין אז היטלער איז נישט געווען אזא שלעכטע מענטש.זיי זאגן עס נישט קלאר אבער זיי האלטן עס אין איין זאגן מיטן מאכן יעדן פאליטישן קעגנער, יעדן אידעאלאגישן צד שכנגד און יעדן קאנקורענץ, ערגער ווי היטלער!

סאטמאר און נטורי קרתא האלטן אין איין זאגן אז די ציונים - דאס טייטשט, כלל ישראל וואס בויעט א מדינה ווי צו וואוינען, לכל שבטיה, פון לינקע קאמוניסטישע ציונים ביז ברעסלעווער מתנחלים, זענען ערגער ווי די ציונים
בילד


יאיר לפיד א מעסיגער קלוגער פאליטישאן וואס וויל זייער שטארק אז חרדים זאלן זיך ציוויליזירן.

גענוי אזוי ווי אסאך מענטשן דא אין קאווע שטיבל, אין פעיסבוק, אין מקווה ווי מען רעדט געהעריג, (און ווי ידידינו החכם דבילה האט מיר אין אן אישי שמועס גוט מגדיר געווען, איבעראל ווי מען רעדט אנדערש ווי ביים שווער אויפן שבת טיש) האלטן אז חרדישע אידן דארפן זיך אויפוועקן פון א טיפן שלאף און זיך ציוויליזירן. מען קען נישט פירן קיין לעבן אן קיין חשבון בלויז מיט משלים פון דובנער מגיד.
מען קען נישט האבן טריליאן קינדער אן ארבעטן, מען קען נישט באגראבן מאלעסטעישאן דורך קול קורא'ס, און מען קען נישט אפהאלטן טעכנאלאגישע פארשריט דורך קול קורא'ס. מען טאר נישט באגראבן אכצן יעריגע קינדער מיט נקבות וועמען זיי קענען נישט, אנטון די נקבות צניעות'דיגע וועש און זיי לאזן זיך דערשטיקן מיט מחנות קינדער.
אבער יאיר לפיד זאגט עס צו שטארק, און ווען איינער זאגט אמת טוט עס וויי. יעדער ווייסט דאס אז ווען איינער רעדט אמת וואס מען טראכט אבער מען וויל נישט זאגן, ווערטער וואס זענען "ליבא לפומא לא גליא" קרענקט עס.
חיים וואלדער, א באבע מעשיות דערציילער, האלט נישט אז די ציונים זענען ערגער ווי די נאציס, ווייל ער וואוינט אין ארץ ישראל, ער קען די ציונים און האט זיי נישט פיינט. אבער לפיד'ס ווערטער שניידן אים גוט אריין. וואלדער אליין איז נישט באזארגט איבער זיין פרנסה, ווייל ער האט א גוטן פאך אין די האנט גנבענען געשיכטעס פון או הענרי און אנדערע קלאסישע שרייבער וואס יעדער בר בי רב דחד יומא בפאבליק סקול ווייסט, און עס אויסברעכן אין א אומוויסנדע געמיינדע. אלזא, פארן עולם'ס פרנסה זארגט ער נישט, און ווען לפיד רעדט וועגן ציוויליזירן חרדים זאלן נישט זיין לעול ולמשא אויפן רעגירונג קאסע, איז וואלדער געפאלן אויפן וואזשנעם געדאנק אז יאיר לפיד איז אזוי ווי היטלער


ביי אונז האט מען געוויסט אז די ציונים זענען ערגער ווי די נאציס. די פרומע ציוניסטן זענען ארגער (מיט אן אלף דייקא) די אגודיסטן וויזניץ, גור, בעלזא פאניוועזש, זענען נאך ארגער, ווייל מיט זיי קען מען זיך טועה זיין. די ארונים זענען דאס סאמע ארגסטע ווייל זיי זענען מכם ובכם, און זיי זענען רבם דקרו, און זיי זענען יודעים את רבונם. קומט אויס אז היטלער איז ממש פון די סלתה ושמנה.
איך שרייב עס האלב ליצניש, אבער באמת, וויפיל איז די שיעור פון טפשות?

https://en.wikipedia.org/wiki/Godwin's_law?wprov=sfti1

“Two things are infinite, the universe and human stupidity, and I am not yet completely sure about the universe.”
Albert Einstein

“One thing that humbles me deeply is to see that human genius has its limits while human stupidity does not.”
Alexandre Dumas


Sent from my iPhone using Tapatalk